|
|
| נשלח ב-11/9/2008 04:40 |
|
| |
קאפיע פון דער איד ווי ער שרייבט אז 80 פארצענט ספאנישע וויילער שטימען פאר קארנער!!
און אז די ספאנישע וויילערס מאכן אויס א דריטל פון די דיסטריקט.
נעבעך ער האט זיך אליינס געשאסן פאריגע וואך איצט האט ער געכאפט די קויל אין קאפ...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 04:43 |
|
| |
מלוה מלכה איך האף אז די לאכסט אליין פון דיינע ווערטער
קוקנדיג אויף ציפערן זעט מען אז בעיקר האט הרב דניאל סקוואדראן שליט"א (מרביץ תורה בב"ר) געווינען אין לאוער מאנהעטן וואו ער האב באקומען בערך 2000 שטימען מער ווי קאננאר. און אפילו אלע ארונים וואלטן געשטימט פאר קאננאר וואלט ער עס אויך נישט געמאכט.
עס פאסט פאר א חוש תלמיד אזאנע שטותים צו שרייבן, גיי נעם קאלקלעטער און רעכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 04:45 |
|
| |
עס הייסט יעצט אז דער גאב"ד פון ירושלים עיה"ק ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן ני"ו, גייט איצט אויפנעמען הרב הצדיק לוחם מלחמת ה' רבי מאטי קארנער שליט"א פאר ראב"ד סאטמאר...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 04:52 |
|
| |
כ'אב יעצט א קאלקיולעטאר דא.
ברוקלין פאר קאננאר = 5017 + 578 פון אונזערע ווילי'שע שטים פלעצער = 5595 + 5963 קאננאר אין מאנהעטן = 11558.
ברוקלין פאר סקוואדראן = 5299 - 578 =4721 + סקוואדראן אין מאנהעטן 7613 = 12334.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 06:28 |
|
| |
דעס איז ענקער פראבלעם, די חיי שעה באלאנגט פאר די זאליס, אפילו אויב ענק וואלטן ווען געווינען מיט א 60% מעזשאריטי. דעס אז סאיז דא היינט צוויי פארטרעטערס אין וויליאמסבורג איז די גרעסטע חיים טובים וואס סאטמאר, און גאנץ וויליאמסבורג, קען האבן! דעס איז געווען יו זשעי קעירס ציל, און זיי האבן עס עקאמפלישט, ביג טיים. בנוגע די נאמבערס, איי ריעלי דאנט קעיר ווער סאיז גערעכט, פאקט איז אז אונז האמיר אריינגעברענגט סקוואדראן, פאקט איז אז אונז האמיר איינגעקלאפט מיט בלומבערג און שומער, און פאקט איז אז אונז קוק מיר אלע ארויס אז סזאל ברענגען א טובה פאר גאנץ וויליאמסבורג, בע"ה און ווי איינער האט שוין געמאכט די חשבון פריער, אפילו אויב ענקערע נאמבערס זענען עכט איז עס אויך צוטיילט מינימום 50-50
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 06:42 |
|
| |
ס'קומט צו לאכן וואיזוי דעפרעסיע ארבעט סוב-קאנטשעס מיט די זאליס אז עס פירט זיי אראפ פון די שינעס.
איצט, מיין קאלקיולעיטאר צייגט:
אין מאנהעטן אין סקוואדראן געהאט אן אויבערהאנט פון פונקטליך: 1650 שטימעס.
הכל בכל, פון איבעראל האט סקוואדראן געהאט אן אויבערהאנט פון 1932 שטימעס
דאס מיינט אז אין ברוקלין האט ער אויך געהאט אן אויבערהאנט פון קרוב צו 300 שטימעס.
דאס ברענגט נאכאמאל ארויס אז, ער קאנאר האט פארלוירן אדאנק משה דוד נידערמאן.
די באנדיטן און גנבים נידערמאן/מענצער זענען די וואס האבן ציבראכן וויליאמסבורג. און דאס האט געשיקט מארטין קאנאר אויף פענסיע !
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 07:52 |
|
| |
זשולי;
איך וועל גוט שמייכלען ווען כ'על מארגן זען דיין בילד פיגורירט אין בלאט און ווער דורכגעדרינגען אלס א מקור נאמן.
איין זאך, ביי IS 71 מיין איך דארף מען שוין טוישן צו PS 71. איך בין נישט זיכער וואס IS באדייט. קען זיין ס'יז אן אנדער סארט פאבליק סקול איך בין באמת נישט באקאנט.
דארפסט גרעפיקס?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 18:15 |
|
| |
פאר די אלע וואס זאגן אז סקוואדראן האט געווינען אין וומ"ס מיט א מערהייט, דא האט איר די ציפערן פון דער בלאט פעידזש161 קאנער האט באקומען 2,690 שטימן סקוואדראן האט באקומען 1,908 שטימן
קומט אויס אז קאנער האט באקומען 58% פון וומ"ס, און סקוואראן האט באקומען 42% פון וומ"ס
דא האט איר וואס איך האב באקומען אין אימעיל פון nys board of elections
We do not have those results. County boards would. We do not certify those until September 29th. They would be unofficial until then.
New York State Board of Elections 40 Steuben Street Albany, NY 12207-2108
http://www.elections.state.ny.us
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 20:53 |
|
| |
פאלענד, א פאלנער נער, לויפסט קוקן די בלאט וויפיל ציפערן עס איז דא?
זאג נאר, וועם גייט מיט וויפיל ציפערן מען האט געוואנען, ווער זיצט אויפן בענקל? ווער האט אויסגעפירט? מיר גייט אן צו ער האט געוואנען מיט ווייס איך וויפיל נומבערס... הו קערס!
דער קארנער זיצט אין שעלט זיך צוזאם פארוואס ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט נידער"לאגע"
א לוזער איז קאנער מיט די זאלים, אוי קען מען לאכן, מען האט געזעהן די שאפראש-לייטנער-זאלים שטאלצירן דוראויס דעם רעגענדיגן טאג, "ווארט נאר ווארטס" אוי גייען די ארוינים שעלטן היינט...
וואס ! וואו! ווען! ווער האט געווינען??? וויפיל ציפערן? הו קעירס! ווער זיצט דארט?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 21:04 |
|
| |
איך האב באקומען די פיינעל ריזאלטס נאך א ריקוועסט פון זשאש קריגמען פון די קאמפיין אפיס פון דניאל סקוואדרען.
די נאמבערס אין וויליאמסבורג איז 2997 פאר קאנער צו 1626 פאר סקוואדרען, אדער 65 צו 35%, נאך פאר עבסענטי און עפידעוויט בעלאטס
אבער ווי איך האב שוין געשריבן דארף מען אראפרעכענען פון קאנער צווישן 1200 און 1300 ספאנישע
דא קען מען זען די גאנצע ליסטע https://www.yousendit.com/download/bVlENnFEays0b0NGa1E9PQ
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 21:23 |
|
| |
פראסקעס, ווער איז די נער דא? איינעם גייט אהן ווער עס זיצט אין סטעיט סענאט? די גאנצע פייט צווישען UJO און UJC איז געווען ווער עס פארטרעט מער מענטשען אין וומסב"ג. נישט אומזינסט האבען די אהרונים פראפאגאנדירט נעכטען אגאנצען טאג אז זיי האבען געווינען וומסב"ג, איך בלעים זיי נישט, חיי שעה איז אויך געלעבט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 21:26 |
|
| |
פראסקעס איך ווייס נישט צו איך דארף דיר אפילו ענטפערן אויף דיינע שטותים אבער אז איך זע ביסט אזוי ווילד געווארן וועל איך פראבירן דיר צו בארואיגן
איך בין בכלל נישט אריין אין די נידון ווער עס איז דער פארלירער און ווער עס איז דער געווינער, דאס איז א זאך שאין להם סוף יעדער וועט האלטן און איין שרייען וואס ער וויל סייווי, די איינציגסטע זאך וואס איך האב געוואלט איז אז די חברה וואס מאכן פשוט רויע פאקטן זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן האב איך זיי געוואלט מודיע זיין אז אפילו זייער אויסגאבע שרייבט אנדערש ווי זייערע פאקטן, און זיי זאלן אויפהערן פארקויפן שקרים פארן ציבור, דאס איז די גאנצע וואס איך האב געוואלט, און אויב דאס האט דיך אזוי אויפגעשטורעמט דאן ביטע בארואיגט אייך
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 21:33 |
|
| |
יכול.
טאקע דאס וואס איך זאג, מיר גייט גאנץ קנאפ אהן ווער עס זיצט דארט, נאר וואס דען? ווער האט אים גכעמאכט געווינען? יאפ! UJC זיי האבו אריינגעברעננט גענוג שטימען וואס זאל אים געבן די געווינס.
אין דאס באדערט! זענט עטס ביזי מיט נומבערס. יעפ! ווערט האט געווינען? סקוואדראן! ווער האט אים אריינגעברענגט? UJC! וויאזוי? ווייל זיי האבן אריינעברעגנט מער וואוטס!
יעצט נעם דיך פרעפלען "חיי שעה" - האסט געכאפט א זעץ? גוט. זאג נאר איבער דארט, קומט זיך אן א נייע ארגיניזאציע UJC אין מאכן א לעבן! הא? יעצט נעם דיך ציילן נומבערס.
פאלאנד.
אזוי נישט ענטפערנדיג, האסטע אפגעקלאפט דארט אפאר ווערטער וואס דאס ברויך ווען קאווערן די נערנות פון די שאפראן-לייטנער-זאלים אז באמת האבן יי יא די נומבערס אין ווילי.
וויל איך דיר זאגן אז ניין מיין פריינט! מען קוקט נישט אויף די נומבערס איצט. מען קוקט וואס די נומבערס האבן אויפגעטאן, ווער טוט אויף מיט זיינע נומבערס, אין יא UJC האט אריינגעברעגנט א קאנדידאט.
יעצט שריי אז זיי האבן געהאט מיט צוואנציג שטימען וויינידגער ווי UJO הו קערס!
האט UJC געמאכט א גוטן דזשאב? האן זח דעליווערט א זעץ אין פיסקעל פאר די זאלים? איי פיל יור פעין!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/9/2008 21:43 |
|
| |
אינטערעסאנט, נעכטען האט מען טראמפייטערט מיט די נאמבערס, און יעצט ווען די פאקטען שווימען ארויף איז עס שוין נישט וויכטיג.
|
|
|
|
|