בית פורומים כל העולם כולו

סקוואדראן געווינט אין וויליאמסבורג מיט 53 פראצענט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/9/2008 23:49 לינק ישיר 

אבסולוט ארגינעלער!

זאליס טייערע, שיקט נאר ווייטער עקסעל דאקומענטס, עטליסט לערנען זיך מענטשען אויס צו ארבעטן מיט אן עקסעל דאק. אויך לערנען זיך מענשטען וויאזוי מען ארבעט מיט א קאלקולעטאר צו רעכענען.

ווי איז געווען די עקסעל שיט נעכטן? אדער דינסטאג נאכט?

עס ציפט עס באדערט, עס האקט אין פרצוף די פארלוסט, יאפ! קענט עטס אלע גיין אויסהערן די מציצה בפה באפקעס, ס'וועט גארניקס העלפן.

סקווארדראן האט געווינען מיט א מערהייט אבער נישט פשוט! אלעס אדאנק UJC

ALL LOOSERS FACE THE FACT

UJC HAD DONE WHAT YOU HAVE NEVER DREAMD OF



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 00:05 לינק ישיר 

דא קען מען זען פארוואס דער בלאט האט נישט אריינגעלייגט די עלעקשן רעזאלטס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן דא אויף היידפארק כאילו עס קומט פון די סקוואדראן קאמפיין.


דא איז דער דעילי ניוס ארטיקל היינט איבער די וואלן אין וומס"ב.

http://www.nydailynews.com/blogs/dailypolitics/2008/09/25th-sd-breakdown.html

ביים סוף פון דעם פאראגראף אינעם דעילי ניוס ארטיקל קען מען דאונלאודן אן עקסעל פייל וואס ווייזט פונקטליך די נאמבערס אין וויליאמסבורג ביי יעדן וואל בוט.
 

Here's one that shows the vote by ADs and neighborhoods, and another, more in-depth report that shows the resultsED by ED.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 00:07 לינק ישיר 

פראסקעס,

די פרעגסט ווי די עקסעל שיט איז געווען נעכטען, לויט ווי עס זעהט אויס דרייען זיך נישט די זאלי "אינסיידערס" אויף הייד פארק, ווייל ווען יא וואלט עטץ נישט געקענט ארויפלייגען די פאלשע צעטל פון דינסטאג נאכט, מען וואלט עס גלייך אפגעוואנדען, נאר מיר דארפען זוכען און נישטערען ביז מען קען טרעפען די ריכטיגע נאמבערס...
און די זאג נאך אלץ איבער די "פאקט" אז עטס האטס אריינגעברענגט סקוואדראן, בשעת וומסב"ג איז כמעט די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט פארלוירען...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 00:12 לינק ישיר 

נאכאמאל דאס איז אלעס מקוה נייעס.

ווער האט געגלייבט אז סוף יאר תשס"ח וועלן די ארונים קענען הייבן דעם קאפ, און ארויסשטויסן א דרייסיג יעריגן וועטעראן?

ווער האט געגלייבט אז בלויז 2 יאר צוריק, האט דער זעלבער קאנאר געהאט 90 פראצענט אין ווילי.
יעצט איז עס אזוי שטארק געשניטן געווארן, אז צוליב דעם האט ער פארלירן זיין קאפ.

ווער האט געגלייבט אז UJ CARE וועט אין בלויז 6 מאנאטן מאכן פאטאש און דאס גענאר פון די 40 יעריגע UJO?

ווער קען זיך יעצט פארשטעלן אז פון היינט און ווייטער וועט יעדער מוזן הערן וואס UJ CARE זאגט? און וועמען זי אינדארסירט?

נידערמאן, איטס נאו מאור די סעים... דזשאסט טו בעד.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2008 00:16 לינק ישיר 

איין זאך וואס איז אפשר פאזעטיוו פאר די אהרוניס איז אז אויב מ'רעכנט נאר די פרישע צוגעקימענע וואטערס אין וומ"ס, ד"מ די חילוק צווישן די 06 וואלן, קאנער 08 מיינעס קאנער 06, און סקוואדראן 08 מיינעס דיימענטסטאן 06, זענען די אהרוניס עטוואס מער, דאס מיינט אז די פרישע וויילער זענען געווען מער אהרויניס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 00:20 לינק ישיר 

ארגינעלער, UJCARE האט נישט ארויסגעקאפעט קאננער,

טשיינעטאון, טרייבעקע, ברוקלין נארט, און ברוקלין סאוט האבן איהם ארויסגעקאפעט, זיי מוחל קוק אויף די עסעל שיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 00:30 לינק ישיר 

ארגינעלער


די שאלה האט זיך געשטעלט מיט 9 יאר צוריק: ווער האט געגלייבט אז די סאטמארער חסידים וועלן באווייזן ארויסצושטויסן דעם 20 יעריגן וועטעראן א. טייטלבוים?

ווער האט געגלייבט אז מיט 7 יאר צוריק האט מען צעשמעטערט דעם מאנאפאל אויפ'ן בלאק וואוט אין ק"י?

ווער האט זיך געגלייבט אז מיט אפאר חדשים צוריק האבן באלב ק"י תושבים געשטימט קעגן א. טייטלבוים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 00:52 לינק ישיר 

לאמיר פארשטיין דוד
פארווואס ווען אין וויליאמסבורג פליט דער קאנדידאט פון UJO  פארטרעטן זיין וומסב"ג

און ווען אין קרית יואל געווינט דער קהלה אינדארסירטע קאנדידאטן האט האלב קרית יואל געשטימט קעגן וכו'
היכי תמצא?

סוף פסוק
די אהרונים האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן קיין קאורט
די זאלונים האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן קיין וואלן

דו"ק ותשכח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 00:52 לינק ישיר 

 סקאט זאג מיר שיין וויפיל איז די דיפרענס אינעם גאנצען דיסטריקט אלעס ציזאמען  מיינוס די ארונים  אין לייג זיי צי ר מרדכי אין זאג מיר ווער סגעווינט                                                                              נ . ב קענסט ניצען א קאלקיולעטער סאיז א נארמאלע זאך     



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 00:58 לינק ישיר 


איך האב א קשיא

וויפיל גוים (אינקלאדינג ספאנישע..) וואוינען און וואוטען אין וויליאמסבורג?

איינער ווייסט?

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 02:04 לינק ישיר 

 שלום עלים מר. סקאט מאלען, שוין לאנג נישט געזעהן.

אצינד אז די נאמבערס פון די וויליאמסבורגע שטימען (פאר די עפידעיוויד'ס) זענען שוין לכוראה קלאר, און ס'רוב עולם, סיי סאטמערע, און סיי נייטראלע, (?) און אפילו פון די זאלוינישע פארטיי, זענען באמת זייער צומישט, פון איין זייט קוקט אויס אז "יו דזשעי קעיר" האט געווינען, פון די אנדערע זייט קוקט אויס אז "יו דזשעי או" האט גאר אפגעהאלטן א זיג, קלערעך אז דער עולם דא דיזערוו'ד אן אויפקלערינג, נאך אלעם, האט דער עולם דא זייער שווער געארבעט, יעדער איינער פאר זיין פארטיי.
 
כ'וועל אננעמען די רעזולטאטן וואס זענען ארויסגעקומען פון וויטא לאפעז'ס אפיס (בערך 2700 פאר קאננער, און 1500 פאר סקוואדראן, [בערך 65%-35%])
 

איז אזוי, לאמער א קוק טוהן וויזוי האט וויליאמסבורג אויסגעקוקט אין די לעצטע אכט יאר, ס'איז נישט קיין סוד, אז "יו דזשעי או" איז געווארן א אפיציעלע זאלוינישע ארגענעזאציע, (אויף א איידעלען שפראך) און ווי אויך איז "יו דזשעי או"  געווען די גרעסטע און אנערקענסטע ארגענעזאציע, (ס'איז אויך געווען "סי דזשעי סי", אבער למעשה, כאטש די ארגענעזאציע האט אויפגעטוהן געוויסע זאכן פאר וויליאמסבורג, למשל די גרויסע קאנטעינערס פאר פסח אויף די גאסן, א "סי דזשעי סי" פראדזשעקט, איזעס נאך אלץ געווען שטארק אינטערשטעליג פון די מאכטפולע "יו דשעי או". אוטומאטיש, איז כמעט יעדע פאלאטישן וואס האט באזוכט וויליאמסבורג געקומען נאר צו יו דזשעי או, און אפילו ווען איינער האצעך מרחם געווען און יא באזוכט ביי "סי דזשעי סי", איזעס נאר געווען זייער לימיטעד, און מיט א ציטער, וואס וועלן די לייבן ביי "יו דזשעי או" זאגן וכד'. און אנדערע ווערטער, "יו דזשעי או" איז געווען אין קאנטראל פון וויליאמסבורג, איין גוטע עקזעמפל וואס כ'טראכט יעצט איז די לעצטע בלומבערג וואלן, וואו ער האט געווינען אלע וויליאמסבורגע וואלן, אבער זיין קאמפיין איז געפירט געווארן דערעך מענצער\נידערמאן ענד קא.
 
ס'איז פאר יעדן באקאנט די סלאוגאן מיט וואס די זאלי'ס דרייען זיך כסדר ארום, און זיי פארקויפן דאס פאר אלע פאלעטישען'ס און פאר די מידיע, ס'הערצעך עפעס אזוי: "זיי (סאטמער) זענען נאר אין אראנדזש קאונטי, דא אין ברוקלין זענען זיי נאר א קליין ביסל",
 
יעצט לאמער אריינטראכטן פאר איין מינוט, צו קלערט איר טאקע אז 35% פון "אלט וויליאמסבורג" איז נאר א קליין ביסל? און נאכמער ווען מ'וועט אריינגיין טיפער אין די נומבער'ס און א קוק טוהן פון וואס די 35% באשטייט פון וועט מען זעהן אז ס'איז גארנישט אזא קליין ביסל, מ'רעדט דא פון "גאנצע 1500 "שטום בארעכטיגטע" "דעמעקראטן" וואס זענען "ארויסגעגאנגען שטימען" און זייער נאמען איז "יא געווען אויף די ליסטע" וואס קענען גיין שטימען, און "מ'האט נאכנישט געהאט געוואוט אויף זייער נאמען" צו קלערט איינער אז יו דזשעי או וועט נאך קענען מעיז פנים זיין פאר די מידיע אז "סאטמאר איז נאר אין ק"י, דא זענען זיי נער א קליין ביסל", (דעיס אידעך אן די סאוט סייד, אן ניי וויליאמסבורג, אן רעדזשיסטערד ריפאבליקען'ס, און אן מענטשען וואס זענען נאכנישט געווארן קיין סיטיזען'ס, [אפשר ווען יו דזשעי או וואלט זיי ווען געהאלפן וואלטן זיי שוין יא געווען סיטיזען'ס] און קענען נישט וואוטען, און אן אסאך [ליידער] אומ-אחריות'דיגע מענטשען וואס זענען סתם אזוי נישט ארויסגעגאנגען שטימען, און אן די אלע וואס זענען אוועק פון די שטום בודקעס ווייל זייער נאמען איז נישט אין די בוק,)
 
און יעצט לאמער פאר איין מינוט א קוק טוהן אויף די עפידעיוויד'ס, לויט ווי ס'איז אנגענומען איז דא ארום 1000- 1200 מענטשען אין אלט וויליאמסבורג וואס זייער נאמען איז נישט געווען אין די בוק, האבן זיי געשטימט דערעך עפידעיוויד'ס, (ס'איז שוין גראדע אויף דעים דא אן אינוועסטיגעשען http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=23321 )

[אין דזשענעראל האצעך ארויסגעשטעלט, אז די אלע וואס האבן געטוישט פארטייען, ד.מ. פון ריפאבליקען צו דעמעקראט, זיי זענען געווען די עיקר  מענטשען וואס זייער נאמען איז נישט געשטאנען אויף די ליסטע, און דעריבער געוואויט אויף א עפידעיוועד, כ'דארף קיינעם נישט מסביר זיין אז רובא דרובא (כ'זאג נישט אז אלע) מענטשען וואס האגן געטוישט פארטייען זענען יונגעלייט, וואס אלס בחור האבן זיי געלערנט אין ק"י, וואס דארט איז רוב עולם גערעדזשיסטער'ד אלס ריפאבליקען, און היות זיי האבן נאך קיינמאל נישט געוואוט אין ווילי, האבן זיי נאכנישט געטוישט צו די דעמעקראטישע פארטיי, אוודאי דארף מען ווארטן צו זעהן די אפיציעלע רעזולטאטן פון די עפידעיוויד'ס, אבער קיינער איז נישט בלינד...]
 
יעצט לאמער צאמנעמען א פאר פאקטן, און נאכדעם וועמער מאכן א דיסיזשען ווער איז דער געווינער און ווער איז דער פארלירער,
 
ס'איז א פאקט, אז סאטמער איז מינימום (לויט ענקער נאמבערס) 35% פון "אלע וויילער" (נישט נאר "סאטמאר", און נישט נאר "יודן") פון וויליאמסבורג. (פאר די עפידעיוויד'ס)
 
ס'איז א פאקט, אז ביי קיין שום פארמעסט האט נאך "יו דזשעי או" נישט געדארפט ארומקאלן דעם עולם זאגן וואסערע געווינער זיי זענען. (משא"כ נאך די וואלן)

ס'איז א פאקט אז די לעצטע אילעקשענס וואס נידערמאן האט קאמפיינט זענען ארויסגעקומען נאר 2200 שטימען פון גאנץ וויליאמסבורג, און יעצט זענען ארויסגעקומען לכה"פ 4200 אין אלט וויליאמסבורג אליין (אן די סאוט'ס, וואס רוב דערפון איז נישט אין די זעלבע דיסטריקט, ביים סענאט פארמעסט)
.
ס'איז א פאקט אז רוב ספאנישע זענען געווען פאר קאננער. (אפילו לויט די זאלי'ס, דעס קענסטע זעהן אין דער יוד פון פאריגע וואך)
 
ס'איז א פאקט אז די ספאנישע זענען מינימום 1000 וואוטס (קענסט קוקן אויף אלע פריערדיגע פארמעסטן, אדער, דער יוד פאריגע וואך.)
 
ס'איז א פאקט א ס'איז דא ארום 1000/12000 עפידעיוויד'ס. (ליין די אויבערשטע לינק) 

וויזוי די ווילסט נאר קוקן, וועסטע מוזן מודה זיין אז דאס הייסט א שיינע זיג, דאס הייסט אז וויטא לאפעז'ס ספאנישע, צוזאמען מיט "יו דזשעי או" האבן זיך פארמאסטן אויף א קאנדידאט, און סאטמאר איז אריינגעקומען מער ווי געראכטן, מיט 35% פון אלע וויילער, (אינקלודינג די גוים פון אלע פראדזשעקט'ס אין וויליאמסבורג)

[דא איז אויך די פאסיגע צייט אפצוגעבן א "דאנק" פאר וויטא לאפעז, די פארטיי פירער פון ברוקלין, פאר די אויסזעהן פון אונזער 25סטער דיסטריקט, אנשטאט אז די יודישע שטימען זאלן זיין א בלאק וואוט, זעמער צוטיילט אין דריי דיסטריקט'ס, משא"כ די ספאנישע האטער געמאכט זיכער אז זיי זאלן זיין אין איין דיסטריקט, און טאקע אלע שטאטישע הייזער וואס ס'וואונען היינט רוב גוים זענען אין די 25סטע דיסטריקט]

יעצט ווייסעך אז דו גייסט זאגן אז איך האמעך נישט אויף דעים געראכטן, און כ'האב געהאלטן אז ס'גייט זיין מער, וועלעך דיר ברענגען א שטיקל וואס כ'האב געשריבן אין די טאג פון די וואלן,

[quote]איציג מיכל, יעצט האבעך באקומען אינפערמאציע אז די אלע יונגעלייט וואס זענען געוועין רעדזשיסטערד פאר ריפאבליקענס און האבן געטוישט פארטייען אין די לעצטע וואכן זענען נישט ערלויבט געווארן צו שטימען אין די יעצטיגע עלעקשען, סאו אסאך פון די יונגעלייט וואס דו האסט געזעהן ארויסקומען און דו האסט זיי נישט געפרעגט ווייל דו האסט נישט געדארפט פרעגן, האבן במציאות נישט געשטימט, לויט דעם קומט אויס אז דו נאמבערס זענען זייער נישט גוטע, אבער כ'גלייב נאך נישט אז מיר גייען אנציען נאר 25%, אונז דארפמער אנציען בערך 30-35%.

אבער מ'בעיט דעם עולם נישט צו נאכלאזן, ארויסגיין שטימען, פאר דניאל סקוואדראן פאר סטעיט סענעטער.

און כ'וויל נאר צו לייגן איין פאוינט צו וואס כ'האב פריער געשריבן, מ'טאר נישט פארגעסן אז ביי די פאריגע עלעקשען'ס ווען נידערמאן איז געלאפן אלס דעלעגאט פאר קלינטאן, איז אין וויליאמסבורג נישט ארויסגעקומען מער ווי 2200 שטימען אינקלודינג די גוים, יעצט יעדע שטימע מער ווי 2200 איז א שטאך פאר נידערמאן פערזענליך, און דער עיקר אז ווי מער שטימען ס'קומען ארויס אלץ שטערקער וועט זיין אונזער מעסעדזש פאר דעם עוכר ישראל "וויטא לאפעז" שר"י נעם אראפ דיינע לאפעס פון וויליאמסבורג! [/quote]
 
און דער עיקר פון אלעם איז, ס'איז א פאקט אז אמאל איז יו דזשעי או געווען די איינציגסטע פאוערפול ארגענעזאציע מיט וואס א פאלעטישן האצעך גערעכנט, און היינט איז קלאר דא צוויי.

 און אנדערע ווערטער, אפילו אויב ס'איז נישט געווען קיין ספאנישע וואוטערס אין ווילי נעכטן, און מיר זענען נאר 35% פון יודישע וואוטערס, איז אבער יו דזשעי או'ס פאוער געשניטן געווארן מיט 50%
 
און די בעסטע לייגט מען אוועק צום לעצט, ס'איז א פאקט אז סקוואדראן האט געווינען, און סאטמאר איז געווען א שטארקע פארט אוו איט! ווען סאטמער וואלט ווען נאך געווען אינטער יו דזשעי או, און וואלטן אויך געשטימט פאר קאננער, וואלט סקוואדראן נישט געווינען.

און יעצט קען איך צוריקגיין סעלעברעיטן!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 02:04 לינק ישיר 

נאך א קשיא

אפשר ווייסט איינער פונקטליך די די מאפע פונעם 25 סטעיט סענאט דיסטריקט?

ביטע ברענגען א קלארען דיטעילט סטריט מאפע

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 02:53 לינק ישיר 

אדמיראל,

איך פארשטיי אז די פראבירסט דיך צו טרייסטען אויף וואסערע וועג עס קען אויסקומען אז עטס זאלטס יא קענען האבען געווינען. (אפידעוויטס, ריפאבליקענס, סיטיזענס, אומ-אחריות'דיגע מענטשען וכו')

אבער לאמיר רעדן פון די פאקטען וואס איז יעצט דא פאר אונז.

די איינציגסטע זאך וואס UJCARE האט געזיגט איז: דניאל סקוואדראן - וועם זיי האבען אינדארסירט -  ווערט סטעיט סענאטאר.

אבער לאמיר זיך נישט נאר'ן, איז דאס געווען די ציל? אז ער זאל זיצען אין סטעיט סענאט? עס איז דאך בעיקר געווען אז UJCARE זאל האבען א כח ביי די פאליטישאנס, יעצט וואספארא כח איז דאס ווען ער קוקט אויפן וויליאמסבורגע שכונה און זעהט אז דאס איז די איינציגסטע פלאץ וואס ער האט אזוי שטארק פארלוירען, ווי אזוי וועט עטס אים קענען זאגען אז ענקער ארגעניזאציע פארטרעט רוב וויליאמסבורג, ווען די אנדערע ארגענעזאציע האט אריינגעברענגט כמעט דאפעלט אזוי פיל שטימען.

דאס איז נישט קיין פרעזידענטליכע וואלן וואס איז דא פאולס וויפיל פרויען שטימען פאר וועם, וויפיל ווייסע שטימען פאר וועם, וויפיל שווארצע שטימען פאר וועם, וויפיל ספאנישע שטימען פאר וועם. דא איז נאר דא אקטועלע שטימען וואס אויף דעם קוקען די פיליטישאנס, דא אויף הייד פארק קענסטו דיך פארענטפערען פארוואס עטס האטס פארלוירען, אבער ביי די פאליטישאנס דארף מען ווייזען נאמבערס און "דאס" איז נישט אויף ענקער זייט.

אוודאי וועט נאך UJCARE האבען א כח צו זאגען אז מען דארף זיך רעכענען מיט זיי ווייל למעשה האבען זיי א חלק אין וומסב"ג, אבער דאס וואס זיי האבן געוואלט אז מען זאל זיך נישט רעכענען מיט UJO ווייל UJCARE פארטרעט א גרעסערע עולם דאס האט זיך ליידער נישט איינגעגעבען.

און איך גלייב אז UJO וועט מיטארבעטען מיט סקוואדראן, וויל ער ווייסט אויך אז דארט איז רוב וומסב"ג, און ער ווייסט, און מען האט אים געזאגט ווען ער האט געבעטען זייער אינדארסמענט, אז זיי האבען אינדארסירט קאנאר ווייל ער איז א אינקאמבענט אלץ הכרת הטוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2008 04:35 לינק ישיר 

איין זאך מוז איך ענק געבן, דעס קענען זאגן גראבע ליגנטס מיט אזא בלעכענעם פנים דעס קען נאר א זאלי

זיי מוחל קוק איבער אלעס וואס אונז האמיר געשריבן סיי וואו אין די לעצטע דריי וואכן, און ווער געוואר דעם גרויסן 'סוד' אז אונז האמיר דוקא נישט געוואלט אז UJO זאל פארשווינדען, פונקט פארקערט, אונז האמיר געוואלט אז UJO זאל בלייבען, אבער UJC זאל אויך ווערן א מעיזשאר כח, גענוג צו סטאפען די קאראפשען און סערוון "גאנץ" וויליאמסבורג

יעצט ווען ענק האבן מיאוס פארלוירן קום נישט זאגן וואס אונז האמיר געוואלט, און נאכדעם זאגן אז אונז האמיר גאר פארלוירן, פליז לאז אונז זאגן וואס אונז האמיר געוואלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/9/2008 05:45 לינק ישיר 

יכול, האסט א שטיקל טעות, דו ווייסט גאנץ גוט ווער ס'האט געווינען און ווער ס'פארענטפערצעך, נידערמאן, ווען ער געווינט קאלטער נישט ארום זאגן אז ער האט עכט געווינען, און איך גלייב אויך אז די יוד וואלט געקענט באשטיין צו טוישן העדליינס מיט דער בלאט,

דער עיקר איז אז סקוואדראן האט געווינען, און כאטשיק ער גייט גיין צו יו דזשעי או "אויך", ווייל ער אידעך פארט א פאלעטישען, ווייסטער זייער גוט וואסערע שמיציגע קאמפיין עטץ האטס געפירט קעגן עם, ווי ער האצעך אויסגעדריקט פאר א.י. פריעדמאן, "וואס האביך מיט מציצה בפה?", און אויך ווייסטער זייער גוט אז ווען סאטמער איז ווען פאר קאננער וואלטער נישט געווינען.

אויב ווילסטע, קענעך דיר געבן טויזענט תירוצים, און צוריקפרעגן הונדערט קשיות, (למשל, כ'קען פון ענק אויך פרעגן ווי איז ענקערע 4000 נייע שטומעס? און דו גייסט צוריקפרעגן ווי איז אונזער 5100 נייע שטימען?) נאר יעדער איינער ווייסט, אז דער געווינער פארענטפערט זיך נישט, און טאקע ווייל עטץ האטס פארלוירן, דארפט עטץ ארומקאלן מסביר זיין, און ווי אויך שרייבן אין די יוד אז עכט האטעץ געווינען.......

איך האב נאר געשריבן מיין תגובה, ווייל ס'זענען דא מענטשען פון ביידע פארטייען וואס ווייסן נישט וועמען צו גלייבן, יעדער איינער פאבריצירט פאלטשע נאמבערס, האבעך געטריי'ט ארויסצוברענגען אז די נאמבערס אין וויליאמסבורג איז קיין גרויסע חילוק נישט, ווייל סיי וויפיל ס'זאל נאר זיין, אפילו כ'נעם אן ענקער ווערזשען, איז אויך בעסער פון גוט, סיי ווייל ס'איז באקאנט פאר יעדן איינעם וויפיל וואוטס פאר קאננאר ס'קומט פון ספאנישע, און כ'האב אויך געוויזן וואס אונזערע השגות זענען געווען, און ווי ווייט מ'האמער זיי איבערגעשטיגן (ווי שוין אויבן געשריבן), און די מעסעדזש איז אנגעקומען ווי ס'דארף אנקומען.

און ראביי יכול, מיין נישט אז איך האלט, און כ'גלייב אויך אז דו ווייסט, אז סיי יו דזשעי או, און סיי יו דזשעי קעיר האבן נישט ארויסגעברענגט "העלפט" פון וויפיל זיי קענען ווען ארויסברענגען, לעטס פעיס איט, אין אלט וויליאמסבורג, וואוינען לכה"פ 7000 משפחות פון יודן, און נאך 2000 גוים מינומום, דאס מיינט אז ס'דארף ווען צו זיין 20000 וואוטס אין די געגענט, נאר דער עולם איז געוועין פארנאכלעסיגט פון אלע יארן וואס יו דזשעי או האט נישט גערעדזשיסטערד קיין וואוטערס, און פארשטייצעך אז דער עולם האט נישט געוואויט, דאס האט צוגעברענגט צום יעצטיגען מצב אז אפילו מענטשען וואס זענען געווארן רעדזשיסטערד, האבן זיי אבער פארנאכלעיסידט די וואלן, און אריבער 2000 מענטשען וואס האבן זיך יא גערעדזשיסטערד, און יא ארויסגעגאנגען שטימען, איז זייער רעדזשיסטרעישען נישט געהעריג אריבער, און א חלק האבן געוואוט דערעך עפידעיוויד, און א חלק דעיס אויכנישט, (און דאונט געט מי ראנג, כ'גלייב אז א גרויסען חלק פון די עפידעיוויד'ס גייען ווערן ג'פסל'ט, ווייל זיי זענען בטעות (?) נישט געווארן רעדזשיסטער'ד, אדער יא געווארן רעדזשיסטער'ד נאר פאר א אנדערע פארטיי.סאו ס'קען זיין אז צום סוף גייט מען נאר זעהן נאך 500 אדער אפילו ווייניגער 100 עפידעיוויד'ס וואס גייט ווערן גערעכנט)

איין זאך קענסטע זיין זיכער, אז ביי די נעקסטע געלעגענהייט ווען ס'גייט קומען צו א פארמעסט, וועט זיין מער וואוטס פאר יעדן איינעם, סאו ביי זיך ווייסט יעדער אז די נאמבערס (וועלעכע וועג דו זאלסט מאר קוקן) וואס מיר האבן אנגעצויגן, איז א שטארקע שטופ געווען פאר די נייע ארגענעזעישען.

נאר דא איז געקומען א נייע ארגענעזעישען און געוויזן אז זי קען ארויסברענגען מענטשען, כאטשיק זיי פייטן א ארגענעזעשען (וויטא לאפעס) וואס איז שוין דרייסיג יאר, און האט געהאט די הילף פון א יודישע ארגענעזעישען (יו דזשעי או) וואס איז אויך אסאך יארן עלטער פון זיי..

כ'האף אז יעצט פארשטייסטע שוין וואס איז געווען די באדייט פון מיין אויבערשטע תגובה.........




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סקוואדראן געווינט אין וויליאמסבורג מיט 53 פראצענט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.