|
|
| נשלח ב-15/9/2008 05:09 |
|
| |
בייק לעין פראבלעם איז שמירת עינים?
אז וויליאמסבורג ווערט געפירט דורך קרומע קעפ איז נישט קיין חידוש. אבער עס ווערט וואס אמאל ערגער.
ליידן זיך אידן צוזאם טעגליך ווען מען קען זיך קוים דורכקוועטשן צווישן דעם געדיכטן טרעפיק און דא איז צוגעקומען א בייק ליניע וואס מאכט פיל ערגער דעם מצב אז עס איז ממש סכנות נפשות צו דרייווען אין די גאסן.
קומט א שוטה'לע וואס זיינע אויגן באמערקן עפעס זייער שנעל אז ערגעץ וואו קען מען נכשל ווערן אין זאכן וואס א איד טאר נישט זען, און מאכט א טומל, הלמאי? ברוקלין באלאנגט דאך פאר אידן, איז ווי קען מען קומען מאכן א בייק לעין ווען עס איז פיל מיט נקבות?
איי, ווען עמיצער דרייווט קען ער ניטאמאל מבחין זיין ווער איז דער ביציקל דרייווער, און אפי' ווען מען גייט אין גאס זעט מען קוים אז עס זאל זיין ווי דער חכם האט זיך צורעדט פארן פאוסט, אבער דאס מאכט נישט אויס, ער וועט אנגיין מיט זיין מערכה און נאך האבן די שטיצע פון די כעלעמער קהלה פירער.
לפי דעתי האט מען מיט דעם נארישע גערעדאכטץ בלויז קאליע געמאכט, און ווי דער טרענספארטעישאן קאמישאנער האט זיך געלאזט הערן וועט מען נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון דעם בייק לעין.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2008 06:02 |
|
| |
איך הער אז דער קאמישאנער האט געפרעגט נידערמאן:
אויב איז דא א פראבלעם וועגן צניעות, קען מען דאך לייגן ביימעלעך?!
נידערמאן איז נישט שולדיג געבליבן, און האט גלייך צוריקגעשאסן:
אבער געוואלד, מציצה בפה (!)
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2008 17:37 |
|
| |
דער שמעון ווייזער צוזאמען מיט די ארגענעזאציע UJO פאר וועמען ער ארבייט מאכן דערמיט חרוב די גאנצע מערכה און שתדלנות קעגן די בייק לעין.
די צניעות אישו איז די סאמע לעצטע זאך וואס דארף גענוצט ווערן אין די מערכה, ליינט אביסל די קאמענט'ס ביי די פאסט ארטיקל דערוועגן, נישטא קיין איינער וואס האט סימפאטיע מיט אונז דערוועגן, קיין איין גוי, אפילו דער נארמאלער אנשטענדיגער גוי פארשטייט נישט אזא זאך.
ס'איז דא געזעצן אין די שטאט וויאזוי מ'דארף גיין אנגעטוען, אויב גייען זיי אזוי איז נישטא קיין שום טענה. די לאנד איז א פרייער לאנד, קענסט נישט זאגן אז מ'זאל נישט לאזן דא דורכפארן פרויען וואס גייען אנגעטוען למחצה ולשליש ולרביע. נישטא אזאנס.
אויב רעדט מען שוין צו די מידיאו, פארוואס שפילט מען נישט אויף די סכנה און די פולע עקסידענטן ואס האבן שוין פאסירט אין וויליאמסבורג א דאנק די לעצטערע בייק לעין'ס?
פארוואס דערמאנט מען נישט אז מיר לאזן אפילו אינזערע אייגענע קינדער נישט פארן מיט קיין צוויי רעדעלדיגע בייק'ס, פארוואס זאל מען אהערברענגען פרישע און אנדערע ווען אין אינזער קאמיונעטי איז דאס אויסגעריסן?
פארוואס דערמאנט נישט די פראבלעם פון פרישע טיקעט'ס וואס דאס ברענגט אן פאר נארמאלע און אנשטענדיגע דרייווער?
פארוואס שרייט מען נישט איבערן פראבלעם וויאזוי די ווייט עוועניו גאס קוקט היינט אויס? ווי שמאל עס איז געווארן, און די צווייטע לעין וואס מ'האט אוועקגענומען?
ווערט די שטאט טאקע געפירט דורך די סאמע גרעסטע משוגעים???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2008 20:34 |
|
| |
דאס ווייסט טאקע שמעון ווייזער אז עס איז נישט די אישו אבער ער שטעלט זיך ארויס מיט דעם ווייל עס זאל נישט האבן קיין שום טשענס
און ער איז עתיד ליתן את הדין אבער "המטרה מקדשת את האמצעים"
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2008 21:00 |
|
| |
ביי די קאמיוניטי באורד מיטינג, זעהענדיג אז ס'איז פול מיט מענטשען, האצעך שמעון ווייזער אויפגעשטעלט פארפירען קעגן די בייק לעין.
אבער איינע פון די באורד (א פרוי) האטעם צוריקגעפרעדט "פארוואס ביי די מיטונג פון די DOT האסטע גארנישט געזאגט דערקעגן?" (דארט זענען נישט געווען קיין פרעמדע אויגן)
זעהענדיג אז ס'איז בושות, דער עולם הערט דעם אמת, האצעך וועבער אנגערופן "פארוואס האטמען מיך נישט גערופן צו די DOT?" און די שמיעס איז געווארן פארצויגן צו א אנדערע דיירעקשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2008 01:38 |
|
| |
איך וואלט געזאגט אז דעם יעניגער ליגט פשוט דאס שכל אין זיין בארדע, און נישט ווי מאנכע ווילן זאגן אז ער האט אן אינטערעסע צו שטערן די באמיאונגען אראפצונעמען דעם בייק לעין (וואס זעט ממילא נישט אויס אז עס וועט אזוי שנעל פאסירן) ווייל וואס פאר א גליק ברענגט אים דאס?
דאס שטערט מיר אבער נישט. וואס קען מען נעבעך טון אז עס שטעלט זיך אויף א מאן דהוא און רעדט ווי א שיכור? וואס מיר באדערט איז אז עס איז דא א ארגאניזאציע וואס שטייט אונטער יענעם. דאס איז מאדנע.
אגב ווען מען האט זיך גערייצט אויףא נארישען אופן מיט א שטארקע קאמפאני H&M איז עס געווען מער לאגיש אויסגעהאלטן ווי דעם, ווייל דארט האט עס געשפריצט אין די אויגן דאס מיאוסער בילד, אבער דא איז זיינע ברילען עפעס זייער פארהויכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2008 03:43 |
|
| |
איך פארשטיי אז דאס איז נישט די ציל פון דעם אשכול, אבער לעבעדיגער האט גוט ארויסגעברענגט דעם פראבלעם, וואס איז מען באמת מסביר פאר'ן גוי פארוואס מען וויל נישט קיין בייק לעין?
ס'איז גוט פאר די ענווייראמענט, עס נוצט נישט קיין געז, עס איז ביליג, עס איז געזונט, איי עס מאכט אומבאקוועם פאר קארס, ווער זאגט אז די מענטשן קומען טאקע נישט פאר די קארס? וואס קען מען דעם גוי מסביר זיין? וועגן עקסידענטס דארף מען וויסן די סטאטיסטיקס צו בייקס מאכן טאקע מער עקסידענטס ווי קארס. טיקעטס? ווער עס פאלגט נישט דעם געזעצט באקומט טיקעטס, לאמיר הערן דברים של טעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2008 23:04 |
|
| |
הערשעל
איך בין מסכים מיט דיר וואס אנבאלנגט וואו אזוי מ'דארף רעדן צו די שטאט, און אויך לגבי שמירת עיניים ווען ס'איז נוגע אן ערוואקסענםבאזעצענם מענטש. אבער געדענק אז ווילימסבורג איז איבערגעפילט מיט יונגע בחוריםוואס שמירת עיניים איז ביי זיי אויפן העכסטען שטאפל פון עבודה. ס'איז מיר אויס געקומען צו הערן "קאמענטס" פון בחורים פארוואס מ'קען נישט פטור ווערן פון די אומ-צניעות'דיע בייק לעין.
קען זיין ווען דער היימישער עולם וואלט זעך גענומען דרייון בייק'ס, וואס אויסער דעם וואס ס'וואלט פארלוירן געגאנגען טויזעטער פונט'ן און מ'וואלט פטור געווארן פון אסאך מעדעצינן, וואלטען אפשר די "יאפיס" זיך געזוכט אן אנדערן וועג צוליב דעם געדרענג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2008 23:36 |
|
| |
אנרגי-ה איז גערעכט מיט זיין באהויפטונג
איך האב געלערנט אין אנטווערפן און דארטן טרייבן ביציגלעך
חסידישע אינגעלייט מיט שווארצע זאקן
עס פעלט זיי גארנישט דורכדעם בגשמיות וברוחניות
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2008 00:46 |
|
| |
דא אין וויליאמסבורג איז זיכער אז ס'האט געברענגט מער עקסידענטס, ספעציעל ביי די שעדליכע גאסן ווי בעדפארד העיווארד, העכער די הייוועי, אא"וו.
און ס'איז זיכער אז דאס איז די איינציגסטע סיבה וואס דארף אנגעגעבן ווערן ביים רעדן צו די גוי'אישע פרעסע, אריינגערעכנט דער טרעפיק און פארקינג פראבלעם
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2008 17:56 |
|
| |
לכתחילה, נאכן זיך אפעסן און זיך בייזערן אויף דעםפארשאלטענעם בייק לעין און אפמאכנדיג אז דער ליניע "איז היער טו סטעי" האב איך געקלערט אז ווי שיין וואלט געווען ווען דער היימישער עולם כאפט זיך ארויף דערויף און פירט שוין איינמאל פאר אלעמאל איין צו פארן מיט ביציקלעך אזוי ווי פילע אנדערע געגענטער, אבער איך האב זיך שנעל אויסגעטשוכעט פון מיינע ראזעווע חלומות אז מיט וויליאמסבורג קען מען נאך עפעס מאכן און דער סטיגמע פון אראפקוקן אויף אזא איינעם וואס פירט א צוויי רעדלדיגער בייק וועט נישט אזוי שנעל געטוישט ווערן.
און אויב עקסידענטן פאסירן צוליב די בייקס, איז דאך פשוט אז מען טאר דאס נישט איינפירן.
איבער די שמירת עינים אישו, בין איך נישט זיכער אז עס איז דא מער בייסיקלעך ווי אמאל, נאר מען האט זיי פשוט אריינגעשטעלט אין א ליניע וואס על פי געזעץ טארן זיי נישט פארן ארויס פון דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2008 20:13 |
|
| |
הערשל, דאס איז איינע פון די זאכן וואס די בייקער'ס רעגן מיך אויף. אויב איז שוין יא צוגעשטעלט געווארן פאר זיי א עקסטערע ליניע, פארוואס פארן זיי אויף די אנדערע זייט?? דאס וואס די זאגסט "על פי געזעץ" דאס איז טאקע נאר על פי געזעץ, משא"כ ווען מ'רעדט פונעם מציאות.
איך וועל טאקע מודה זיין צו דיר אז קאנסט פארגעסן צו טוישן וויליאמסבורג. אויב אויף גריל-אן-לי ווארפט מען פאשקעווילן, אויב האט דער עסן טראק העכער די הייוועי צוגעמאכט, אויב האט גל פז צוגעשפארט, אויב האט "עורה" געטוישט זייער בילד אויפן סיין, אויב האט "אלד וויליאמסבורג" רעסטוראנט געברויכט טוישן זייער סיין, אויב איז דער טשאקלעד סטאר א פראבלעם פאר וויליאמסבורג, אויב גייט נאך קולות און קלעפ יעדע וואך שבת וועגן די עירוב, אויב קען מען זעהן אויף די ווענט פון בתי מדרשים צעטלעך קעגן די שטערן, שפאקטיוו און צייטשפריט כאילו ס'איז א פּ*** מאגאזין.
דאן קענסטו טאקע פארגעסן פון טוישן וויליאמסבורג.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2008 19:21 |
|
| |
קען מען פייטן קעגן די בייק לעינס?
אין דעם אשכול קען מען קלאר זען אז נישט די קאמיוניטי באורדס זענען באלעבאטעם איבער די בייק, לעינס נאר די בלטמבערג אדמיניסטרעישן!
אין אונזער קאמיוניטי באורד 1 האבן רוב טאקע געשטימט קעגן די חרדישע פארשטייער, אבער אין קאמיוניטי באורד 2 האט די באורד געשטימט קעגן די בייק לעינס אבער די סיטי האט עס יא איינגעשטעלט, (ליין די לעצטע פאראגראף פון די ארטיקל).
Kent Avenue bike painsBY BEN MUESSIG The Brooklyn Paper
Opponents are calling on the city to put the breaks on a one-and-a-half-mile portion of a bike route that would stretch from Newtown Creek to Sunset Park — saying Williamsburg doesn't need more bike lanes. ''There is already a bike lane on Wythe Avenue — now they want a bike lane on Kent Avenue?'' Simon Weisser, a member of Community Board 1, told his fellow board members at a Sept. 8 meeting. ''You can't accommodate every single street with a bike lane.'' Weisser, and others, argued that the Department of Transportation should not stripe Kent Avenue — the first phase of the so-called Kent Avenue Greenway, a stretch of biking and walking paths that are separated from car traffic — until further review. Weisser wants to see the existing bike lanes — on Wythe and Bedford avenues — eliminated when the Greenway is done. He added that ''the whole community'' is behind him, a reference to South Williamsburg's strong Hasidic bloc.But the board rolled over Weisser's call. ''He sees the greenway as a way to eliminate the bike lanes, but they don't have the same function,'' said Teresa Toro, chair of the Transportation Committee. The one-way lanes on Bedford and Wythe avenues are necessary commuter routes that connect Williamsburg with Central Brooklyn, while the greenway on Kent Avenue would be more like a ''linear park'' than a bike lane, Toro said. Milton Puryear, director of planning for the Brooklyn Greenway Initiative, agreed. ''The whole idea for the greenway is to provide a benefit to the people of the community — not just bike riders — by making a truck route into a more inviting streetscape,'' said Puryear. ''If you look at Kent Avenue now, it's just not a place you want to stroll, or ride a bike. Once it's built, you're not going to find anybody who will be sorry they traded in what was here.'' The morning after the contentious board meeting, a commuting cyclist was struck by a car service sedan on the future greenway path at the corner of North Seventh Street and Kent Avenue, leaving him with a broken elbow and collarbone. The driver fled the scene, a friend of the victim told The Brooklyn Paper. CB1 is not the only area with some anti–bike lane sentiment. In 2006, Fort Greene's CB2 voted down a Willoughby Avenue lane, but the city painted it anyway.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 18:40 |
|
| |
וואס איז טאקע דער סיבה פארוואס דער עולם אין ויליאמסבורג לויפט טאקע נאך יעדןפאשקעווילן שרייבער? פארוואס אין אנדערע מקומות קוקט מען אויף זיי אראפ אזוי ווי עס דארף צו זיין און האבן נישט קיין שום ארט ביי נארמאלע געזעלשאפטן און נאר דא אין וומס"ב האבן זיי אן אפן אויער? איז טאקע וומס"ב צונויפגעשטעלט פון א כאפטע משוגעים וואס מען קען זיי פירן ביי דער נאז און יעדער וואס האט גוטע טעיפ און גלו און פעינט אן די גאסן איז אן ארויפגעקוקטער פערזענליכקייט?
דוד זעקס און פערציגער, ישר פארן לינק. דא זעט מען אז מען האט נישט גערעדט וועגן זיך היטן די אויגן און דארט האט ער יא גערעדט אביסל צום דבר.
אגב,, זע איך סיי אין איד און אויך אין בלאט שטייט איבער די גרויסע האפענונגען אז מען וועט פארקירעווען די ליניעס צו אנדערע מער רואיגערע גאסן.
הלוואי.
באמערקט אויך ווי ביידע צדדים נעמען זיך די קרעדיט פון טוישן די ליניעס. ממש משיח'ס צייטן. יעדער איז דא אויפצוטון פאר אידן'ס וועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2008 00:33 |
|
| |
הערשעל
לדעתי וועט דער בייק לעין אין וומס"ב בלייבן, ווייל סיטי האל וויל דאס יא!
פאריגע וואך, נאכדעם וואס די פרעסע האט ארומכערעדט איבער די קעגנעשאפט פון די חרדישע וויליאמסבורג צום בייק לעין, איז געקומען א סטעיטמענט פון סיטי האל אז אלעס בלייבט ביים זעלבן און די בייק לעינס גייען נישט געטוישט ווערן.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|