|
|
| נשלח ב-18/9/2008 21:16 |
|
| |
די זאליס זענען אזוי קארפטעט אז אפילו מ'האט נישט באצאלט פאר זיי וועלן זיי גיין זאגן א ליגענט אז מ'האט יא באצאלט
דהיינו, דער שווארץ האט נישט באצאלט פאר קיינעם ניטאמאל פאר די זאליס און ממילא וועגן דעם האט ער געמוזט באצאלן דעם סכום
קהל יטב לב ד'סאטמאר האט געזאגט אז זיי גייען נישט זיין קיין חיות, און אויב איינער האט באצאלט ביז היינט דארט און פון היינט און ווייטער גייט ער באצאלן ביי אונז וועט ער באצאלן די געהעריגע פרייז ווי א געהעריגע מעמבער אבער אויב איינער וואס האט ביז היינט באצאלט דארט און פון היינט און ווייטער גייט גייט ער נישט אנהויבן צו באצאלן ביי אונז דעמאלטס וועט ער גארנישט נישט זיין אנדערש פון א פאפאנער אדער א ווינער
קלאר: ווער ס'פלעגט אייביג באצאלן מעמבערשיפ (נאך פאר ס'איז געוועהן א מחלוקה) נאר די לעצטע 8 יאר האט ער באצאלט דארט איז ער א געהעריגע מעמבער אויב פון היינט און ווייטער צאלט ער ביי אונז און אויב אבער האט ער קיינמאל נישט באצאלט (לדוגמא: שווארץ) וועט דארפן באצאלן 15,000 און אויב וועט ער האבן מזל וועט ער מוזן באצאלן נאר 12,000
יעצט צוריק מיט די זאליס. מען קען טראכטן 2 וועגן וואס די 6000 טשעק איז אדער איז עס א געפעלשטע זאך (ס'איז נישט די ערשטע מאל והרגל נעשה טבע...) אדער זענען זיי געגאנגען איינרעדן פאר שווארץ אז אזוי ווי די אהרונים נעמען דאך אן אויב מ'האט געצאלט ביי אונז דעמאלטס גיב מיר זי געלט און פטור אַן עסק אבער דערווייל נעמט מען נאר אן אויב מ'האט געצאלט פאר די 8 יאר און די 6000 דאלער איז געגאנגען לאיבוד און די שווארץ'לעך רייסן זיך די האר פון קאפ ווי מ'האט זיי אריינגענארט
אונטערשטע שרה: קהל יטב לב ד'סאטמאר (ק''י) איז בעה''ב, און יא, נארמאלע ארענטליכע מענטשען, מ'גייט נישט רייסן געלט פון אומשילדיגע מענטשן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2008 21:33 |
|
| |
לעבעדיגער
הוא מותיב והוא מפרק
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2008 21:51 |
|
| |
איינער שרייבט מיר אין אישית וואס די מעשה איז געווען, (יענער איז געווען מנחם אבל זיין די משפחה)
ער זאגט, אז שווארץ האט נישט באצאלט פאר די ארונים קהל, ער זאגט בקיצור, אז אויפן פעלד איידער די קבורה האט דער מאן (ווארשיינליך א גרויסער זאלי) זיך ארומגעקריגט מיט די חברה קדישא אז ער וויל נישט באצאלן פאר די חלקה, מ'האט ארומגעשלעפט די קבורה, ביז א משפחה מיטגליד האט זיך מרחם געווען און אויסגעלייגט די גאנצע געלט, וואס דער מאן האט געשריגן אז ער באצאלט נישט פאר קרוב, דערנאך האט מען מקבר געווען דעם נפטרת,
ר' איד
איך זעה נישט וואס די ביסט דא מחדש, איך בין מסכים מיט יעדעס ווארט.
און אנדערע ווערטער דער שווארץ האט דא געוואלט זיין אן אויבערחכם וואס פארדעם איז די מעשה געווארן א סענזאציע, די וואס באצאלן נאר פאר ר' בערל פרידמאן קהל די ווייסן נישט פון קיין שום אינצידענטן, דאס איז מעשים בכל יום, א נארמאלער מענטש זוכט נישט קיין סענזאציעס.
דער אינצידענט איז געווען א קלינגעדיגע לעקציע פאר אנשי סאטמאר, אז ווען ס'קומט למעשה ביים ביה"ח, איז נישטא קיין שאול פערלשטיין, נישטא קיין יאנקל קאהאן, נישטא קיין הבטחות "מאנטאג וועט אלעס זיין ארלעדיגט", נישטא קיין וד"לס, דארט איז סיריעס ביזנעס, אויב באצאלסט פארן אייגנטומער וואס פארפיגט אויפן פעלד הרי טוב, ואם לאו וועסטו מוזו זיך ארומרייסן ווי שווארץ אין סוכ"ס באצאלן עד פ"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2008 22:03 |
|
| |
שמיי דריי, איך האלט נישט אז די שווארץ משפחה איז אזוי משוגע צו צאלן פאר די חלקה 18 טויזענט דאללער. 12 פאר ר' בערל פר"מ און 6 פאר יענקל כהנא.
איי דאס וואס די זעסט א טשעק? נו, די שווארץ משפחה האט מסכים געווען צו שרייבן א טשעק פאר די בילד, נישט געזארגט, ס'איז גלייך נאכן נעמען דאס בילד געווארן אויפגעשריבן מיט קידוש לבנה אותיות אויף די טשעק די ווערטער VOID, די זאלי'ס ברויכן נישט יעצט אזוי ווייט דאס געלט ווי זיי ברויכן א בילד פון די טשעק.
דוד'ל. א פרייליכען פורים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 00:40 |
|
| |
אין די כעלעמער קהל אין מאנראו האט זיך פריער געטאן אויף טיש און אויף בענק.
דוד עקשטיין האט באפאלן לישע הורוויץ וויאזוי מען האט זיי געקענט אזוי צו נער מאכן. לישע האט באשולדיגט מ. ווייס פון סיגעיט אז ער האט גענומען ערבות, אבער ווייס זאגט אז מען האט אים פשוט אריינגענארט און ער האט נישט געוואוסט אז דאס איז אן אונטערערדישע פאליטיק פון עקשטיין מיט הורוויץ.
מיר וועלן זיי נישט שטערן אין זייערע קריגערייען.....
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 00:44 |
|
| |
דוד איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט זיי ביט מסביר פון וואס די רעדע איז י"כ למפרע
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 00:53 |
|
| |
טאטלע; ווען ער זאל ווען וויסן..
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 01:05 |
|
| |
ווען ער זאל ווען וויסען פרעג איך עם נישט איך פרעג עם ווייל ער ווייסט נישט מיין רבי פלעגט זאגען מלייגט אריין א קוואדער אין..........
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 01:45 |
|
| |
אודאי ווייסטו נישט, וואס דו ווילסט נישט וויסן, ווייסטו נישט, אזוי ווי דיינע אהרונישע חברים...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 02:36 |
|
| |
אוי דוד דוד... שטיי אויף פון דיין שלאף.....
דיינע קאלעגעס האבן שוין אין די מאסן מודה געווען אז "די גאנצע פאזל איז צופאלן מיטן ביה"ח" און דו אליינס האסט אויך ארויסגעברענגט די מעלה פון די זאלי'ס, בנוגע די פסק פון די קארט, אז ווען די זאלי'ס פארלירן, זענען זיי מודה אז זיי האבן פארלוירן, בקיצר, יעדער איז מודה אז די ביה"ח באלאנגט לעת עתה פאר סאטמאר, און ווען ר' שווארץ האט געבארגט (קהל האט געבעטן קעש, און אזוי ווי ס'איז געעווען מוצש"ק האטער נישט געקענט פארשאפן, האט ער געברענגט א טשעק וואס מ'קען טראסטן) $12,000 פון ר' ווייס, פון סי געיט, ער זאל קענען באצאלן פאר די קבורה פון זיין מאמע'ן, האטער דעם טשעק געגעבן פאר די סאטמאר'ע ראשי הקהילה, ווייל ער האט געוואוסט, אז אויב נישט קענער לייגן זיין מאמע'ן אין נו דזשערזי.
אין היות ס'האט געמאכט א געפערליכען שטורעם, האבן די זאלי'ס פראבירט צו ריעקטן אין א ראש, קודם האבן זיי געשיקט די "שומו שמים" מעסעדזש, און דענאך, די "ארוינים אלוועיז מעיד די פוירסט מאוו" מעסעדזש, און ווען דער עולם האצעך נאך אלץ נישט געוואלט בארואיגען, איז נישט געווען קיין אנדערע עצה, נאר זיך צו ווענדן צום "איראקן אינפארמאציע מיניסטער", און ער האט ג'עצה'ט אז מ'זאל אלעס לייקענען אין דער יוד, און פטור אן עסק,
(און טאקע פארדעם זענען די זאלי'ס געווען אויף די ליסטע פון ארגענעזעישען'ס וואס שטיצען טעראראריסטן, נאכדעים וואס מ'האט געזעהן א טרענספער צווישן זיי אין דעים אינפערמאציע מיניסטער פון סאדאם חוסעין, וואס נאר נאכדעים וואס יו דזשעי או האט אריינגעלייגט שווערע כחות, זענען זיי אראפ, פון די ליסטע )
יעצט דוד'ל, דו ווייסט גאנץ גוט אז מיר האבן צייט, דער אייבערשטער זאל העלפן משיח זאל שוין קומען, אבער אויב ח"ו ס'וועט קומען נאכאמאל צו אזא מצב, און דער עולם וועט איינזעהן אז אויב מ'באצאלט נישט פאר סאטמאר, קען מען נישט ליגן אין די ביה"ח אין ק"י, און דיינע מענטשען וועלן ווידער צוטרייסלט ווערן, זעה אנצוגרייטן א בעסערן תירץ, ווייל דער עולם איז נישט אזוי פאריקט ווי דו ווילסט אז זיי זאלן זיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2008 02:42 |
|
| |
ווי אזוי זאגט מרדכי שטויבער , איין נפטר רעדט מער ווי טויזענט ווערטער
|
|
|
|
|