וואס איז דער בעסטער "בעילאוט" פלאן פאר די עקאנאמיע?
ס'קוקט אויס אז די דעמאקראטן און די רעפובליקאנער, בעסער געזאגט אבאמא און מעקעין, האבן כמעט נישט קיין ערנסטע דיפערענצן אין זייער מהלך. ביידע נעמען אן פאולסאן'ס $700,000,000,000 בעילאוט פלאן, ביידע ווילן צושטעלן כמעט די זעלבע סעיף קטן'ס פון "ניין צו גאלדענע פאראשוטן", און א אומפארטייאישע קאמיטע וואס זאל אכט געבן אויף די געלט.
דער איינציגער חילוק איז אז די דעמאקראטן/אבאמא ווילן צולייגן עפעס וואס זאל אויך העלפן פאר די מענטשן וואס האלטן גיין צו פארקלאזשור, ס'איז דא פארשידענע פלענער אבער איך האב דערווייל נישט געטראפן זיי זאלן האבן באשלאסן מיט וואס צו גיין, און דעם שמועס ביי די הירינג האב איך נישט געהעריג מיטגעהאלטן. קוקט נישט אויס אז מ'איז דערווייל ערגעץ אנגעקומען.
אינצווישן וואקסט אבער די קעגנערשאפט ביים פאלק צו דעם גאנצן פלאן. רוב פאלק איז ברוגז אויף די עקזעקוטיוון פון וואל סטריט און ווילן זען אלעס קראכן אבי זיי זאלן באקומען זייער לעקציע.
בעיקר פארפירן די קאנסערוואטיוון. ניוט גינגריטש סטראשעט מעקעין אז אויב ער וועט אננעמען דעם פלאן וועלן אלע קאנסערוואטיוון בלייבן אינדערהיים אין נאוועמבער. א גאנץ ערנסטע סטראשע פאר עמיצן וואס דארף קריטיש די קאנסערוואטיווע וויילער און אקטיוויסטן אנצוקומען אין ווייסן הויז.
גינגריטש איז אפיר געקומען מיט א נייעם פלאן (כ'וועל באלד שרייבן די דעטאלן), און זאגט אז אויב מעקעין וועט עס אננעמען וועט ער מיט דעם ווייזן אז ער איז א עכטער רעפארמער.
וואס האלט איר, ווער פון די צוויי איז גערעכט? וועלכער פלאן וועט בעסער אויסקומען פאר אחינו בני ישראל?
און די צווייטע, מער וויכטיגע, פראגע, וואס גייט מעקעין טון? וויאזוי גייט עס אפעקטירן דעם אויסקום פון די וואלן?
[אגב, איינער ווייסט אפשר וואס פעילין האלט? ...]
-------------------------- גינגריטש'ס פלאן
1) שטעלן קעפיטעל געינס שטייערן צו "זיראו", וואס וועט לויט אים ברענגען א פלייץ פון געלט אריין אין די מארקעט.
2) א מאכטפולע ענערגיע ביל וואס זאל אונז עמטליך באפרייען פון דרויסנדיגע אויל
די אנדערע צוויי שרייב איך ניטאמאל ווייל ס'איז צו קאמפליצירט.
לדעתי העני' קען גינגריטש'ס פלאן ארבעטן אויפן לאנגן טערמין, אבער ווי טשאק שומער האט געזאגט דארף מען יעצט קודם פארשטאפן די גרויסע אויפגעריסענע ארטעריס וואס ברענגען "אינטערנעל בלידינג" פאר די עקאנאמיע. גינגריטש האט נישט קיין שום פלאן וואס זאל 1) העלפן שוין אויפן פלאץ. 2) און במילא, ברענגען טראסט אינעם מארקעט, אז מענטשן זאלן נישט מורא האבן אז אלעס גייט קראכן.
אויב מענטשן גייען פארלירן טראסט אין זייערע בענק, איז נישטא קיין שום פלאץ וואו זיי זאלן קענען האלטן זייער קעש, אין איין ווארט: די ענד צו אמעריקע.
דאס איז מיין פריוואטער מיינונג. וואס האלט איר?
 |
|
|