|
|
| נשלח ב-24/9/2008 08:44 |
|
| |
אבאמא האלט 9 פוינטס העכער מעקעין
דער עקאנאמישער פלאנטער האט גוט אריינגעדרייט מעקעין. ער האט יעצט אן ערנסטן זשאב, וואס איז שווער צו גלייבן אז ער וועט אפילו קענען באווייזן.
די ערגסטע איז אז ער ווערט שוואכער אויך אין די סטעיט ביי סטעיט פאולס. דיק מאריס האט אריבערגעלייגט פלארידא צו אבאמא, וואס מיינט אסאך אפילו ווען ס'קומט פון אים. ווירזשיניע שטייט אויך אבאמא העכער, און מיט אייאווע און ניו מעקסיקא כמעט זיכער אין בלויען קאלום איז שווער צו זען פון וואו מעקעין קען שלעפן גענוג עלעקטארעל שטימען אפילו אויב ער באווייזט דעם נס און געווינט מישיגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 22:06 |
|
| |
פריי דיר נאכנישט, מקעין האט אויך געהאט א 10 פוינט עדווענטעדזש פאר בלויז 2 וואכן צוריק און ס'נאך דא 6 וואכן צו די וואלן וואס מקעין קען נאך צוריק ארויף גיין (און נאכאמאל אראפ פאלן).
לויט RCP פאול עוורעדזש האט מקעין נאך אלס אן אויבערהאנט אין פלארידא (2%) און ווירזשיניע (0.8%).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 22:26 |
|
| |
יעצט זעה איך אין די נייעס אז מקעין סוספענדירט זיין קאמפיין צוליב דעם פאנאצינאלע קריזיס, ס'קען אים ברענגן אסאך סימפאטיע ביים פאלק.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 22:53 |
|
| |
ווייסט איינער צו א קאנדידאט האט שוין אמאל סוספענדירט א קאמפיין צוליב א קריזיס?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/9/2008 23:44 |
|
| |
אין די היסטאריע האט א קאנדידאט וואס האט געהאט סעפטעמבער א 9 פוינט ליעד געווינען די עלעקשאנס. סטיוו שמידט אליינס האט געזאגט צוויי וואכן צוריק אז די קאנווענשאן באונס איז גארנישט. די סטעיט ביי סטעיט פאולס קומען ערשטן ארויס היינט נאכמיטאג, און מ'דארף זען אלע פאולס צוזאמען צו וויסן דעם אמת.
מ'דארף ווארטן צו זען וויאזוי מעקעינ'ס פאליטישע סטאנט ווערט אויפגענומען, מ'קען עס אויך באטראכטן ווי א צינישע וועג זיך אהערצושטעלן 'אומפארטייאיש'.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2008 00:22 |
|
| |
מיין מיינונג איז אז מקעין טוט דאס נאר ווייל ער וויייסט אז ער האט נישט וואס צו פארלירן, ווען ער וואלט ווען געווען העכער אין די אנקעטעס וואלט ער נישט געטון דעם שריט, נאר וויבאלד ער ווייסט אז ער האט נישט וואס צו פארלירן שטעלט ער איין, די זעלבע סיבה פארוואס ער איינגעשטעלט און גענומען פעילין פאר וויצע.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2008 01:21 |
|
| |
איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז אין 2000 האט גאור געהאלטען העכער אין די סטעיט ביי סטעיט פאולס אין אפילו נעשאנעל אין בוש זאל זיין געזינט האט געווינען
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2008 21:29 |
|
| |
אין 00' איז גאור געווען אונטערשטעליג פון בוש זינט די דעבאטעס, ער האט זיך צוריקגעכאפט אפאר טעג פאר די וואלן נאכדעם וואס די מידיא האט ארויסגעלאזט די נייעס אז בוש איז ארעסטירט געווארן פאר'ן דרייוון שיכור. פארט אבער האט ער זיך נישט צוריקגעכאפט גענוג צו קענען געווינען די אילעקטארעל שטימען. (פאפולערע שטימען האט גאור יא געווינען)
רעכטער, לכאורה וועט מעקעינ'ס סוספענדן דעם קאמפיין נאר בעקפייערן, ווייל ער ווערט אטאקירט דורך יעדן איינעם, אז אדרבא, יעצט דארף ער ווייזן וואספארא גוטער פירער ער איז, און נישט ווייזן אז ער אנטלויפט פון היט. צוויי פאולס ווייזן אז רוב אמעריקאנער האלטן אז די דעבאטע דארף ווייטער אנגיין, און די נעכטיגע דעיוויד לעדערמאן שאו האט אים אויך געמאכט אויסקוקן ווי א היפאקריט, ווייל געזאגט האט ער פאר לעדערמאן אז ער קען נישט קומען צו אים ווייל ער דארף צוריקפארן קיין וואשינגטאן, און צום סוף האט אים לעדערמאן געפאקט ביי די מעשה וויאזוי ער גיט אן אינטערוויו אין די זעלבע בילדינג ווי אים פאר קעידי קאריק.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2008 22:23 |
|
| |
זיסקייט ביסט גערעכט איך האב געמיינט ציזאגען אין אזא צייט ווי יעצט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2008 04:07 |
|
| |
מעקעין קען גוט אויסמעלקן זיין יעצטיגן באשלוס. די שאלה איז וואס ער גייט טון אין וואשינגטאן.
ס'מאכט נישט צופיל אויס וויאזוי דאס פאלק באטראכט זיין קאמפיין סוספעדירונג, אפילו זיין זיך אפזאגן פון די דעבאטע וועט אים נישט צופיל שאטן אדער העלפן. זיין עיקר פראבלעם איז אז אין סענאט איז ער נאך אלעם נישט מער ווי איינער פון הונדערט, אפילו אויב זיין שטימע איז שטארקער ווי אנדערע.
ביזדערווייל האט ער נאך נישט קיין סאך אויפגעטון, ער האט זיך נישט ארויסגעשטעלט אלס פירער פון די רעפובליקאנער נישט פאר און נישט קעגן דעם פלאן. ס'איז אים טאקע געלונגען צו שלעפן אבאמא קיין וואשינגטאן פאר עטליכע שעה, אבער אויב וועט ער נישט ווייזן עפעס געזונטע פירערשאפט אין וואשינגטאן וועט דאס אים גאר שטארק בעקפייערן, און קען זיך ארויסשטעלן אלס אומגעלונגענסטער געמבל צווישן די אלע געמבלס וואס ער האט גענומען.
ער האט נאך געציילטע טעג, ענדערש שעה'ן, איבערצונעמען דעם אויבנאן אין וואשינגטאן און צייגן אז ער שטעלט אהער אמעריקע, אויף סיי וועלכן וועג. אויב וועט אים דאס געלונגען איז ער גאנץ זיכער דער 44'טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
יחזקאל אברהם
איך האב אויך געזען וויאזוי מעקעינ'ס קאמפיין האט 'געליינט' די אנקעטע. ניין פוינטס איז ניין פוינטס. די צאל אויסגעפרעגטע דעמאקראטן קען אפשר העכערן אביסל די מארזשין אוו עראר.
אגב, זאגבי האט היינט געזאגט אז מעקעין גייט געווינען מיט אן עלעקטארעל לענדסלייד. ס'האט מיך דערמאנט ווען ער האט פארגעזאגט א טאג אין די וואך פון די 04' וואלן אז קערי גייט געווינען מיט א עלעקטארעל לענדסלייד...
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|