בארואיגט אייך. מען האט דיר נישט צוגעלאזט כאפן פון די עפל? אויב דאס איז דיין ווילדקייט יעצט בין איך אויף דיין זייט. יא, האסט זיך געהאט וואס צו רעגן.
פאר דו שפריצט אזוי מיט אזא אייפער, טראכט א מינוט, האסט דאך געשריבן אז קינדער און פרויען רייסן זיך צו כאפן די באקסעס, יא? איז וואס איז די חוזק? ווילסט ער זאל געבן מער? ווייז אויף אז ער האט באקומען מער פון דעם.
מאך אויך זיכער אז ווען UJC וועט טיילן וואגאנען מיט עסן זאל מען ברענגען דאקומענטן אז מען האט עס באקומען פון די שטאט און נישט ווי עס איז געווען די פאריגע מאל וואס נדבנים האבן געגעבן געלט כדי להגדיל הטראסק ולהרבות הטאראראם.
נישט אז עס איז א פארברעכן צו מאכן דעם קידוש ה' וואס מען האט געטון פארגאנגענעם יו"ט פסח, אבער האק נישט אין טשייניק אז דו האסט ארויסדערווישט פון די רעגירונג דאס געלט וואס יענער ריקט אין קעשענע אריין.
תיקון טעות: די שחורים זענען זיכער געווען די וואס האבן געהאלפן ארויס ווארפן די געפילטע פיש.
|
|