בית פורומים כל העולם כולו

היסטאריע חזר'ט זיך איבער? די איראקער קריג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2008 03:59 לינק ישיר 
היסטאריע חזר'ט זיך איבער? די איראקער קריג

שוין ווידער דרייט די בוש אדמיניסטראציע אן א פאניק, זי שיקט ארויס אירע גרעסטע עקספערטן - שטארק געשעצט און אנערקענט אין זייער פעלד - צו טרומפייטערן אין קאנגרעס אז מ'מוז נעמען עקשאן, און אז "אלעס גייט צוזאמפאלן" אויב מ'טוט נישט פונקטליך וואס בוש וויל אז מ'זאל טון.

עס דערמאנט אין זייער ענליכע צייטן און אין זייער ענליכע טאקטיקן וואס די זעלבע אדמיניסטראציע האט גענומען ביי אן אנדערן קריזיס (?): די איראקער קריג. דאן האט בוש אויך געשריגן "א וואלף" און גענומען זיינע איינגעשטעלטע עקספערטן 'איבערצוצייגן' א סקעפטישן פאלק און קאנגרעס אז אויב מ'שטיצט נישט זיין פלאן וועט די וועלט אונטערגיין.

דער עיקר חורבן איז אבער אז בוש איז געווען הונדערט פראצענט מיט די איראקער קריג. ס'איז יא אדער נישט געווען קיין מאסן פארניכטונג וואפן אין איראק, אבער ער וואלט בלי ספק אנגעקומען אהין געציילטע יארן שפעטער, און פארן ברייטן צוועק פונעם קריג קעגן טעראריזם קען זיך נאך ארויסשטעלן עווענטועל אז א ארטיגע דעמאקראטיע וועט עווענטועל ברענגען א דאמינא אפעקט אינעם גאנצן צעטומעלטן ראיאן.

אבער די בוש אדמיניסטראציע איז אריינגעשפרינגען אין אזא קריטישן פראיעקט אן קיין שום געהעריגן פלאן. מ'קען אנלייגן די שולד אויף ראמספעלד, וואלפאוויטש, פייט, אדער וועמען מ'וויל. פאקטיש האט בוש געדארפט מאכן דעם באשלוס, און ער האט עס אויסגעפירט אזוי אומבאלומפערט, אז אמעריקע וועט נאך יארן לאנג לעקן די בלוטיגע פינגער.

דאס זעלבע ביים יעצטיגן עקאנאמישן פלאן. אין אויבנאויפיגן איבערזיכט איז בוש/פאולסאן הונדערט פראצענט גערעכט, די רעגירונג מוז יעצט אריינקומען און ארויסשלעפן די זינקענדע שיף פון וואסער, אבער דער וועג וויאזוי ער וויל זיך דערצו נעמען איז פונקט אזוי אומבאלומפערט ווי די איראקער קריג, און דער דורכפאל פון דעם פלאן קען עווענטועל טאטאל באנקראטירן אמעריקע, בלי שום גוזמא!

ס'בלייבט נאר איבער צו זען אויב מעקעין, וועלכער האט לכתחילה געווארנט איבער די צוגאנג צום קריג, וועט באקומען דעם בענקל און צי ער וועט ווייזן אז ער פארשטייט יא וואס דא טוט זיך און וויאזוי מ'פירט דורך אפעקטיוו אזא ברייטפארצווייגטן פראיעקט. דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויפן הארווארד גראדואירטן אבאמא, וועלכער האט נאכנישט קיין רעקארד אבער ווייזט אז ער פארשטייט גאנץ גוט אן ענין.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2008 19:25 לינק ישיר 

אפשר דאך, א הערליכער אנאליז. אבער פונקט ווי ביים איראקער קריג האט יעדער געשטימט דערפאר, נאר נאכדעם וואס ס'איז געגאנגען שלעכט האט מען געזאגט אז מ'איז אייביג געווען דערקעגן.., ס'זעלביגע וועט מיסתמא דא אויך זיין. אדרבא, זאלן די דעמקראטן זאגן א בעסערען פלאן דערצו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטאריע חזר'ט זיך איבער? די איראקער קריג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext