עפעס האט זיך איינגעשטילט די לעצטערע טעג אבער ווען וויליאמסבורג האט זיך געשאקעלט מיט זייערע פראפאגאנדע ביי די וואלן א פאר וואכן צוריק האבן זיי טראמפייטערט וואספארא קאנעקשאנס מיט די פאליטישענס זיי האבן און וואס גייט צואוואקסן ווייטער מיט דעם וואס זיי האבן געווינען סקוואדראן.
איז אינטערעסאנט צו זען וואס זיי האבן שוין אויסגעפירט און צו וואס זיי טויגן.
לאמיר אנהייבן מיט דעם וואס זייער תלמוד תורה אויף ווייט קארנער פען סטריט האבן זיי נאכנישט פארשאפט א פערמיט אז עס איז א סקול און יעדער וואס פארט דארט דורך ליידט זיך צוזאם פון די אומגעהויערע טרעפיק וואס עס מאכט אן פאר אלע ארומיגע גאסן.
איז עס טאקע אזא שווערע זאך וואס אלע מוסדות החינוך קענען און האבן, זענען זיי נאכנישט צו דעם אנגעקומען?
נשלח ב-29/9/2008 19:00
און אויב זעסטו אז אין די קומענדיגע פאר וואכן וועלן ליגן אזעלעכע טאוולען נישט צו פארקן דורכן טאג דארט וועסטו זאגן אז יא. די ארונים האבן גוטע קאנעקשאנס? כ'מיין דאס איז וואס וועט דיר איבערווייזן?
נשלח ב-29/9/2008 19:17
הערשל, וואס שטערט דיר מער, די טרעפיק - צו דער ריזן בנין מיט 175 קלאסן?
אדער בכלל אז די סאטמארער חסידים האבן צוריק גענומען די מענאפעלי אין וומ"ס.
איך האב אנגעהויבן מיט א קליינע דוגמא וואס ווייזט וואס פאר א קאנעקשאנס זיי האבן, און וואס זיי טראמפייטערן אזוי.
קען זיין אז ס'איז נישט קיין ריכטיגער באראמעטער, ווייל עס איז גאר א שווערע זאך צוצושטעלן, אבער איך האב נישט געזען אז אנדערע מוסדות זאלן דערמיט האבן א פראבלעם.
פראסקעס, איך פריי זיך מיט די מוסדות , אזוי לערנען מיינע קינדער נישט אין קיינע צעשטיפטע קלאסן. א ישר כח פאר די הרחבת הדעת וואס ענק האבן אונז געמאכט.
נשלח ב-30/10/2008 17:28
הערשל, קענסט שוין זיין רואיג.
מ'האט היינט ארויפגעשטעלט No Standing סיינס אויף ווייט עוו. לענגאויס דעם בנין התלמוד תורה.
די סיין זאגט אז עס איז פארבאטן דארט צו פארקירן פון 6 אינדערפרי ביז 7 אזייגער ביינאכט. שולע טעג.
יעצט הערשל, א קליינער הוספא.
די נארמאלע פראסעס ארויפצושטעלן אזעלכע סיינס ס'זאל דורכגיין מיט די DOT און ארויפגעשטעלט ווערן נעמט א מינימום פון 6 חדשים, פרעג זיך נאך ביי אנדערע מוסדות'ער וואס האבן לעצטענס געבויעט א בנין.
איך האב עס טאקע באמערקט און איך דאנק זיי פארן פארגרינגערן דאס דורכגאנג פאר די צופרדינהייט פון די איינוואוינער אין יענעם געגענט און פאר די וואס פארן דארט דורך.