די מצב ווערט נישט גוט, ממש מען זעהט עס פון שעה צו שעה און עס ווערט נישט בעסער די תפילות פון יום כיפור וועט שוין זיין אנדערש ווי ר"ה דירות איז געפאלן, און מען קען נישט קלאויזען און מען ווייסט נישט ווי לאנג עס וועט נעמען רענטאלס ווילן די בענק שוין אויך נישט, און זיי לייגן די לאונס און דיפאלד
נשלח ב-6/10/2008 21:09
רוף מיך צוריק נאכן נעמען א טיילענאל.
נשלח ב-6/10/2008 21:14
איך ווייס נישט וואו די לעבסט
נשלח ב-6/10/2008 21:18
איך האב נישט קיין סטאקס און איך בין קיינמאל נישט געווען קיין געימבלער.
נשלח ב-6/10/2008 21:31
אבער פון ווי האט די באנק געלט? פון שעירס וואס מען פארקויפט יונגעלייט קויפן אויף קרעדיט קארדס וואס בענק בארגן, ווען די באנק האט נישט בארגט ער נישט וויאזוי קויפט מען א הויז מיט געלט וואס די באנק בארגט, וויפיל מענטשן מאכן געלט פון איין דירה וואס מען פארקויפט? די אלע זאכן ברענגט אריין היימישע עקאנאמיע
קען זיין אז איך דארף א טיילענאל, אבער ביזדערווייל שטיי איך ווייט פון די באנק און איך לייג אלעס אריין אין מאטראץ.
נשלח ב-7/10/2008 14:20
מן הסתם איז דיין מאטראץ שוין זייער הארט און די קענסט שוין נישט שלאפן דערויף .
נשלח ב-7/10/2008 18:00
מען רעדט דא פון איינעם פערזענליך?
BP איז א רייכער איד, און האט ב"ה פון אלעם גוטן. ווייסט ער דאך אבער אז אנדערע ליידן זיך צוזאמען, אנגעהויבן און אריינגערעכנט יעדער וואס מאכט אמאל א גראסערי ארדער און דאס זעלבע ביי אלע מאכלים וואס די פרייזן האבן זיך נישט געהויבן ביי א קליינע פראצענט, נאר דראסטיש געהעכערט די הוצאות פון אפי' קליינע פאמיליעס.
אויך האט ער אוועקגעלייגט געלט אין גמ'ח'ן וואס אפי' זיי קענען אויך גאנץ גוט גיין קראכן ווי די היסטאריע פון זיי ווייזט אז זיי האבן פיל מער באנקראטירט ווי זייערע קאלעגען אין די בענק, אבער BP האט אויך הארטע קעש וואס ווילאנג די אמעריקאנע רעגירונג זעלבסט וועט נישט גיין געבראכן האט ער א הבטחה אז ער וועט דאס קענען איינקעשן.
אבער טיילענאל באדארף ער נשיט אייננעמען וועגן דעם. ער האט אפשר נישט פארשטאנען וואס פונקטליך דער "עסקן" האט געוואלט דא,, און געהאלטן אז אנשרעקן מענטשן איז נישט פון די זיכערסטע וועגן צו העלפן די עקאנאמיע, וואס ווי די נעכטיגע קראכערייען אויף וואל סטריט האט טאקע געוויזן אז בלויז פון דעם בעילאוט פלאן פון די אמעריקאנע רעגירונג האט אנגעשראקען די וועלט אז עס איז דא פון וואס מורא צו האבן.
נישטא וואס צו רעדן, מען דארף און מען זאל מתפלל זיין און מרבה זיין בתחנונים אז דער באשעפער וואס האט אונז געגעבן אזעלעכע לעכטיגע יארן וואס מענטשן האבן זיך געבאדן אין שווערע געלטער זאל אונז צוריקומען נאך איידער די "היימישע אומדערטרעגליכע-דערדריקטע געגענטער" זאלן חלילה נישט באנקראטירן (געשריבן פאר די וואס מיינען אז די היימישע אידן לעבן מיט אן אויסגערעכענטע און שפארזאמע לעבן, און וויסן ווי און ווען איינצוציען דעם פאסיק..)
נשלח ב-7/10/2008 22:35
וואס איז מיט די נייע שטעטל?
אזא פראיעקט קען נאך האבען א זכות קיום אין אזא קריזיס?