בין הזמנים אין קווינסער ישיבה
איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם ארטיקיל באקומען אין אישית פין Walkaway
| ביטע מפרסם זיין |
|
בס"ד
לכבוד אנ"ש תלמידי וחסידי רבנו הע"י
די דאזיגע שורות ווערן געשריבן אונטער די רישומא דקדישא פון די ימים נוראים וואס מיר געפונען זיך יעצט אין אירע שפאלטענעס, און יעדעס ווארט איז געשריבן בכובד ראש, און איז מנופה בי"ג, ובזה החלנו.
און די טעג איז אנגעקומען און די פאסט קעסטלעך פון אנ"ש א העפליכע איינלאדענונג צום מסיבת "להרים קרן" וואס קומט פאר היינט נאכט פאררופען דורך דעם אלעם באקאנטן מנהל רוחני דישיבה"ק הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א לטובת דעם וויכטיגן צוועק פון "קרן חתנים", וואס עס איז איבריג יעדעס ווארט בשבח המפעל.
אבער אונזערע שורות זענען נישט געצילט וועגן דעם בריוול נאר וועגן גאר אן אנדערע בריוועל וואס איז און די זעלבע צייט ארומגעגאנגען צו הורי תלמידי ישיבה"ק, עס טראגט דעם אפיציעלן לעטערהעד פון די ישיבה גדולה, און הויבט זיך אן מיטן פארכטיגן דאטום "ערב ראש השנה", דער ווייטערדיגער אינהאלט פונעם בריוו איז געטוישט ביי יעדעם געוואנדן לפי התלמיד.
איר פרעגט דאך אוודאי מה נשתנה?!, דאס איז דאך דער רוטין פון די ישיבה גדולה- מיום שהוחזר עטרה ליושנה, ווען מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט מייסד געווען די הייליגע ישיבה אין קווינס תחת הדרכתו פון כבוד קדושת רבנו שליט"א (דעמאלס אב"ד ור"מ סאטמאר ווילאמסבורג).- יעדע בין הזמנים קומט מען צו א חשבון הנפש מאי דינא דהאי, קען ער פארבלייבן בין כותלי הישיבה צו נישט.
וועלן מיר אייך זאגן במה אנו דנין,עס איז ליידער נישט קיין סוד, דער בין הזמנים האט אין די פארגאנגענג פאר יאר מקריב געווען פולע קרבנות, מיטן אויסרייד "גדול בשנים" "לא נתקבל" וכו'. מיר פארווייטאגטע טאטעס זענען געשטאנען און א זייט און געבלוטיגט אויפן מצב יעדן ניסן ותשרי וואס אונזערע לעכטיגע קינדער האבן געלערנט אין ישיבה.
מיר זענען געווען געוואוינט אז א טעלעפאן רוף צום אויבענדערמאנטן מנהל הישיבה קען זיך אויסלאזן מיט א "דייל טאון" פון די אנדערע זייט טרייבל, נאך בעפאר עס איז אפילו געווען א מעגליכקייט אויסצוטוישן אפאר נארמאלע ווערטער, דער שמועס איז געווענדליך געגאנגען ווי פאלגאנד,
טאטע: א גוטן, איך הייס ... .... איך וואלט געוואלט הערן וואס איז די מעשה בנוגע מיין זוהן ...
מנהל: איך האב מיט אייך נישט וואס צו רעדן.
טאטע: אפשר דאך קען מען עפעס אויסארבעטן?
מנהל: - - - - - - - - - - -
טאטע: האללא?! איר זענט נאך אויפן ליין?.
דער טאטע לייגט אראפ דעם טרייבל מיט שאק, און פרובירט נאכאמאל זיין מזל.
טאטע: יא אנטשולדיגט עס האט זיך פריער אפגעהאקט.
מנהל: ניין איך האב אראפגעהאקט און איך גיי יעצט נאכאמאל אראפהאקן!!!!!!!!
דייל טאון.........
טרערן הויבן אן פליסן פונעם טאטען'ס אויגן, "אוי רבש"ע וואס האט שוין מיין בן יקר'ל צוזאמגעארבעט דעם זמן?, ווי געט מען זיך א עצה?", נאך אביסל חקירות ודרישות ביי מקורבים וואס האבן אביסל "אינסייד אינפארמעישאן" ווערט קלארער דאס בילד, וואס איז?! זיין זוהן איז א עלטערע בחור ל"ע (קנאפע 19.....) און לויט די בלומענפעלד דאקטארינע האט ער שוין נישט וואס צו זוכן בין כותלי הישיבה. שומו שמים!!!
טייערע אידן איר מיינט דאך אוודאי אז דאס איז גוזמאות, מיר האבן פאר אייך שודערליכע נייעס: עס איז היבש אונטערגעשאצט!
אדרבא פרעגט אייך נאך ביי אייערע נאנטע וואס זענען שוין דורך דעם "כף הקלע בזמנינו" וואס רופט זיך בין הזמנים און קווינס.
אבער כלפי מה דברינו אמורים?! דעם בין הזמנים האט דער מנהל איינגעזעהן אז זיין נאמען ווערט פאראייביגט לשמצה בפי הונדערטער משפחות אנ"ש אלס דער "שטן הישיבה", אין פון די אנדערע זייט הויערט א געוואלדיגע דרוק אויף דעם נשיא הישיבה מרן רבינו שליט"א צי נעמען באלדיגע שריט כלפי די ביז יעצטיגע הנהגה, איז מען אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע המצאה, דעם בין הזמנים וועט מען טרעפן ק"ן טעמים לטהר את השרץ, דעם נאמען פונעם מנהל הנודע לשמצה, צו זאל דאס דינען במקום מסיבה של מצוה צו נאך אופנים.
איי וואס וועט מען טוין מיט די לא נתקבל קארטלעך וואס דארף עררייכען זייער ציהל?
אהה! א חידוש גג על גג, מען וועט אהערשטעלן א יונגערמאן אשר לא ידע את אשר נעשה לו און ער וועט פארפיגן אלס "מנהל להרשמה" וואס זיין אויפגאבע איז צו פארמאסקירן דעם שמוציגן פרצוף פון דעם אויבענדערמאנטן מנהל, און פון היינט און ווייטער וועט מען רעדן צו א אמשולדיג יונגערמאן וואס דארף נאר זיינע פאר טאללער און וועט טוהן אלע שמוציגע ארבייט באר דעם איש בליעל!
אנשי שלומינו וועקט אייך אויף פון דעם זיסן שלאף לאמיר כאפן די זאך באצייטענס איידער עס וועט ווערן צו שפעט, אונזער קול מחאה מוז דערהערט ווערן מסוף העולם ועד סופות אן עק צו די שרעקליכע פיינונגען אויף אונז הורי התלמידים!!!!
ובזכות דעם קןל מחאה זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א גמח"ט און א שנת גאולה וישועה
איחוד הורי התלמידים הכואבים
|
 |
|
|