בית פורומים כל העולם כולו

בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2008 03:54 לינק ישיר 

דאס מיינט נישט אז די שרייבסט מיט א נייע נאמען איז דיין ליגענט באגלייבט.

און איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין מחיצות.

איך האב דיר נאר געזאגט אז זיי ברענגען אן דארטן כל צרוע וכל טמא און אלע פריצות, אין עס מאכט אן א שרעקליכע תערובת און פריצת אין מאה שערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2008 05:32 לינק ישיר 

רבי-יונה  די איינציגסטע זאך וואס איך האב געזאגט איז, אז אין מאה שערים טוט זיך אויף קעסל און כלים שמחות בית השואיבה, און דאס האט נישט דוקא מיט תו"א נאר מיט נאך אסאך אנדערע קהלות וואס גאר א גרויסער עולם גייט אהין ותו"א בתוכם, און אויך איז תו"א אנדערש מיט איין זאך פון אלע קרייזן אז זיי לייגן מחיצות אויף די גאס פון זייער ביהמ"ד וואס אויסער זיי טוט עס קיינער נישט.


און דאס וואס דו שטעלסט צוזאם א קול קורא וועגן שמחת בית השואיבה ווייסטו אליינס אז דו שטעלסט צוזאם הימל אין ערד, דארט רעדט מען פון אפעציעלע געמישטע גטאנצאכץ אויפן גאס וואס דאס איז נישט דא אין קיין איין קרייז אין מאה שערים.

ווי עס שיינט שמעקט דיר נישט אז נאך איינער זאגט ווי מיר, ביסטו אויפגעקומען מיט א פלאן מוועט זיי צאמשטעלן און פטור אן עסק. נא טו ווי עס שמעקט דיר פון מיר וועסטו שוין סייווי נישט הערן איבער דעם נושא, ווייל ווי איך זע ווילסטו נאר הערן דאס וואס דו ווילסט עס זאל זיין.

זיי מיר געזונט און א גוטן מועד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2008 06:58 לינק ישיר 

דא האסטו שוין נייעס דערוועגן

משמרות המהפכה הקימו מחסומים בכל רחבי מא"ש

משמרות המהפכה והצניעות הקימו לראשונה השנה מחסומים של ממש לאורך רחוב מאה שערים, כאשר צד אחד של הגדרות מיועד לנשים והשני לגברים, בכל "צומת" עומדים כמה מאבטחים פרחחים, ו"מכוונים" את התנועה, בקטע הפנימי ליד תולדות אהרן, גובה הגדרות הוא כפול ומכוסה בברזנט.

ב"צומת" הרחובות מול תולדות אהרן הקימו המשמרת "מחלף" עם גשר, כאשר הנשים עוברות למטה והגברים עולים על ה"גשר". (ניתן לשלם למשמרת עבור שם המחלף...)

כמו כן בשכונות ירושלים נתלו מודעות ה"מזהירות" את הנשים מפני חומרים כימיים ואקונומיקה שיותזו על המשתתפות, והחתומים תולדות אהרון מזהירים שאין להם אחריות על כך....


יעצט שריי נאכמאל עס איז גארנשיט דא קיין תערובת אין תולדות אהרן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 04:35 לינק ישיר 

א עס איז גארנישט דא קיין פריצות!

רבי_יונה באקט מעשות!

רבי_יונה איז א שקרן!

טא וואס איז געווען דעם חול המועד ווען תולדות אהרן האט צושלאגען מיט רציחה די נטורי קרתא וואס זענען געקומען מוחה זיין אויף די שמחת בית השואבה פריצות?

טא וואס איז געווען דעם חול המועד ווען תולדות אהרן אינגעלייט האבן צושלאגען א בחור וואס האט מוחה געווען אויף די שמחת בית השואבה פריצות אין ער געפינט זיך נאך איצט אין שפיטאל?

טא וואס איז געווען דעם חול המועד ווען תולדות אהרן טעראריסטען האבן זיך אריינגעריסן אין ביהמ"ד אוהל שרה אין געמאכט דארט א חורבן?

קעגן וועם האט ר' אברהם יעקב עפשטיין געשריבען א בריוו אז מען דארף אפשטעלען די שמחת בית השואבה פריצות?

און וואס מיינט דאס?



און ווער עס וויל קען אויך הערן אלטר משה ג"ב דרשה אויףך זיין האט ליין קעגן די פריצות בית השואבה פון תולדות אהרן, און קעגן די רציחות וואס זיי האבן אפגעטאן קעגן די מוחים דעם חול המועד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 05:10 לינק ישיר 

דער מטורף אלתר משה האקט אריין אין תולדות אהרן אז ס'גייט א רויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2008 17:53 לינק ישיר 

* http-equiv="Content-Type" content="text/html; charset="utf-8""> * name="ProgId" content="Word.Document"> * name="Generator" content="Microsoft Word 11"> * name="Originator" content="Microsoft Word 11"> *--[if gte mso 9]> Normal 0 false false false MicrosoftInternetExplorer4 *[endif]**--[if gte mso 9]> *[endif]**--[if !mso]>* classid="clsid:38481807-ca0e-42d2-bf39-b33af135cc4d" id="ieooui"><* *[endif]**--[if gte mso 10]> *[endif]*

אינטרעסאנט וויאזוי מ'קען אזוי בלאפן.
די פאקטן:
  (1
שוין א שיינע פאר יאר וואס די עסקנים פון די ק"ק תולדות אהרן האבן גיזעהן אז בלי עין הרע דער ציבור יראים ושלמים וואס קומען זיך משמח זיין מיט די הייליגע שמחת בית השואבה) וואס איז א מנהג קדום בפרט אין ירושלים עיר הקודש( וואקסט אין דער געדרענג אויף די גאסן איז גיווען זייער גרויס אין ס'האט געקענט צוברענגען צו תערובות ח"ו האבן זיי מחליט גיווען בעצת כ"ק אדמו"ר מתו"א שליט"א צו מאכן א תיקון גדול און מ'האט צוטיילט די גאס מיט מחיצות איין זייט פאר מענער אין איין זייט פאר פרויען, ברוך השם ס'האט מצליח געווען אין ס'איז ממש א קידוש ה' צו זעהן אזא זאך וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט.

 

2) נאך מיט יארן צוריק בחייו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל בעל דברי אמונה זענען געווען אפאר אידן וואס האבן געטאנעט אז מען דארף מבטל זיין די שמחת בית השואבה (אדער לכל הפחות פארמאכן די טירן אין אריין לאזן נאר די היימישע) ווייל ס'קומען כל מיני מענטשן צווישן זיי מאדערנע מיט אנדערע השקפות, האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען פארקערט ער האט זייער הנאה גיהאט דערפון וואס אזויפיל אידן קומען זיך דערהייבן מיט אזא שמחה דקדושה וואס מ'קען זאגן בזעיר אנפין מי שלא ראה שמחה זו וכו'. איך געדענק ס'איז געווען א איד פון די זקני הקהילה (ר' מ. ד.) האט מחליט געווען נישט צו לאזן די מזרחי'ניקעס טאנצן אין ווי ער האט געזעהן א מזרחניק ביי די רקידות האט ער אים ארויסגעווארפן, האט אים רבינו זצוק"ל געשיקט רופען אין אים געווארנט ער זאל חלילה קיינעם נישט שטערן צו טאנצן אין אויב ס'געפעלט אים נישט מוז ער נישט קומען.

 

  (3 תולדות אהרן האט קיינמאל נישט אדווערטייזט די שמחת בית השואבה אין קיין פלאץ (די איינצעלנע זאך וואס מהאט געמאכט איז שיקן הזמנות (ענויטיישנס) צו די ידידים אין שטיצערס פון די הייליגע מוסדות.

 

 

4) די בד"ץ שליט"א האבן קיינמאל נישט געוואלט מבטל זיין חלילה די שמחת בהשא"ב פארקערט פאר איאר צוריק זענען געקומען אידן (נישט די גרעסטע ידידים פון תו"א)  צו בד"ץ העד"ח אין געטענעהט אז בד"ץ זאל הייסן מבטל זיין, בית דין איז געזעצן און פה אחד מחליט גיוועהן אז מטאר נישט מבטל זיין די הייליגע שמחה של מצוה ס'איז איבעריג צו זאגן אז אויב וואלט דער בית דין שליט"א געהאלטן אז מ'דארף דאס מבטל זיין וואלט מען נישט געטראכט א מינוט און געפאלגט.

 

5) תולדות אהרן האט די פילע שטיצע פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים וחברי הבד"ץ שליט"א. די פאקטן באווייזן אויף דעם. איין פאקט: כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האט פערזענליך געקאלט פאר איינעם פון די אנפירערס וואס פירן דעם טעראר קעגן תולדות אהרן אין אים געווארנט ער זאל זעהן נישט צושטערן און אויב וועט ער נישט פאלגן וועט ער ארויס גיין בחרב וחנית קעגן אים. די צווייטע פאקט: נעכטן מוצ"ש איז כ"ק מרן הגאב"ד געקומען בכבודו ובעצמו אין תו"א אין זיך משתתף גיווען מיט די הייליגע ריקודים אין מהאט אים מכבד געוועהן מיט שיר המעלות און זיך אליין געפרייט מיט די שמחה ער האט זיך אנגערופן אז אזא הייליגע זאך טרעפט מען נישט אין די גאנצע וועלט דרך אגב מרן הגאב"ד שליט"א איז דערעך געפארן דעם לעצטן דאנערשטיג נאכט אין רחוב מאה שערים אין מיט גרויס התפעלות זיך נישט געקענט אפוונדערן פון די מחיצות וואס די עסקנים האבן געמאכט אויף די גאנצע לענג פון די גאס אזאך וואס אסאך שכונות ווילן דאס נאכמאכן.

 

6) תולדות אהרן ווערט פארפאלגט שוין אסאך יארן סיי כ"ק רבינו הקוה"ט זצוק"ל אין סיי להבדיל בחל"ח כ"ק רבינו שליט"א דורעך די אינגאטשעס וואס רבינו הגה"ק בעל ויואל משה האט געזאגט אויף זיי אז זיי זענען די מחריבי קרתא אין נישט קיין נטורי קרתא די אלע וואס האבן געגאסן די בלוט פון מרן בעל מנחת יצחק זצוק"ל אין פון מרן הרמ"א פריינד זצוק"ל אין פון בד"ץ העדה החרדית די אלע וואס וואלטן געוואלט זעהן אראבקעס פון אחמדיניג'אד אין מאה שערים אין נישט אידישע קינדער וואס קומען זיך פרייען בשמחה של מצוה.

 

7) אנשטאט צו דאנקען פאר די עסקנים פון די הייליגע חבורה פארן מאכן אזא קידוש השם פון מרבה זיין די גבולי קדושה אין מפריד געווען בין אנשים לנשים זענען זיי געגאנגען אינגעלייט מיט בחורים דאנערשטאג ביינאכט אריין אין די פרויען זייט און זיך אוועק געשטעלט אין מיט זייערע הענט אפגעהאלטן און נישט געלאזט אריבער גיין די פרויען ס'איז צוגעקומען צו א מצב וואס ס'איז שיעור געווארן א תערובות גדול ונורא (נישט צו גלייבן צו אזא התדרדרות), ווען די עסקנים האבן דאס געזעהן האבן זיי געבעטן זיי זאלן זיך אפטראגן פון דארט, זיי האבן נישט געפאלגט האט מען זיי אוועק געשטופט מיט כח, ווען זיי האבן פראבירט אנהייבן שלאגן פאר די עסקנים זענען געקומען אינגעלייט אין מען האט מחליט גיווען אז מקען נישט צולאזן אזא זאך אז יינגעלייט שקצים זאלן מיט זייערע הענט טשעפענען פרויען מיט מיידלעך אין מען האט זיי גוט אנגעבראכן די ביינער אין מען האט מחליט גיווען אז מען וועט גיין עד הסוף מיט זיי אין פון היינט אין ווייטער וועט מען פאר איעדע שקוצקעריי זייערע זיי פשוט צוברעכן די ביינער ווייל קיין אנדערע ברירה האט מען נישט מיט זיי ווייל זיי האבן נישט קיין רבנים זיי פאלגן נישט קיינעם אין כל הישר בעיניו יעשה.

 

פאלגט נאך ווייטער וועגן די טעראריסטן פון אוהל שרה און פון דעם גנב שמואליק לובעצקי פון וועד הארצי.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 20:20 לינק ישיר 

1) תולדות אהרן האט היי יאר צום ערשטן מאל ענדליך געמאכט געהעריגע מחיצות, אפען פארלאנג פונעם בדי"צ העדה החרדית, און כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איז אליין אראפ געקומען באטראכטען די מחיצות, און מאכן זיכער אז היי יאר קומט מער נישט פאר די שרעקליכע תערבות אנשים ונשים וואס פלעגט פארקומען אפען שרעקליכען פארנעם, און צוליב דעם איז ער שוין אריין טאנצען אין תולדות אהרן ביהמ"ד.

2) דאס אז אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט געוואלט אז אלע פוחזים וריקים און כל צרוע וכל טמא זאל קומען טאנצן אין תולדות אהרן, די לאקשאן קענסטו איצט פארקויפען נאכדעם וואס ער לעבט נישט, - אגב די ליבאוויטש האבן דאס אויף פארקויפט אויף זייער רבי'ן אז ער האט געהייסען מאכן די שמחת בית השואבה אפען גאס, אבער די רבנים האבן געזאגט אז עס אינטערסירט אונז נישט ענקערע לאקשן און מען דארף עס סטאפען, און ליבאוויטש האט נאכגעגעבען און עס געסטאפט היי יאר.

3) די אידן אין מאה שערים טאנען לא מדובשך ולא מעוקצך, לייג מיר נישט קיין מחיצות, און ברענג נישט אן די אלע צרועים, עס העלפט פאר זיי ממילא נישט קיין מחיצות. די בדי"צ האט מורא פון תולדות אהרן ווייל זיי סטראשענען אלס אז זיי גייען ארויס גיין פון די בדי"צ, ממילא וויל זיך נישט בי"ד איינרייסען מיט זיי, היי יאר האבן זיי פארלאנגט נאר אז תולדות אהרן זאל צושטעלען ריזיגע מחיצות, אבער די אידן אין מאה שערים זאגן סטאפט דאס אינגאנצען, און זייי פירן איצט א מלחמת חרמה קעגן תולדות אהרן, נעכטן האט די נטורי קרתא זיי באגאסען די אלע צרועים וואס זענען געקומען מיט שמוציגע וואסער, ביינאכט האבן די תולדות אהרן אינגעלייט אנגעריסן מיט רציחה א אינגערמאן רוטמאן ווייל ער האט מוחה געווען אויף די פריצות.

4) היי יאר איז טאקע די פריצות געווען אסאך ווייניגער ווי אלע יארן, אבער נאך אלס איז די פריצות און תערובות געווען שרעקליך, ווען תולדות אברהם יצחק זאל עס טאן וואלט תולדות אהרן ווען גענומען שופרות מיט די ספר תורות און געלארעמט מיט די העכסטע קולות. 
 
5) תולדות אהרן שיקט ארום הזמנות צו יעדער משוגענער מזרחיסט פרייער וכו' וואס זיי חלומ'ען אז זיי גייען מאכן אפאר טאלער, אזוי אויך הענגען זיי ארום צעטלען דערוועגן אין אלע שטעטלעך און קבוצים, ווי זיי לאדנען איין די אלע מצורעים קיין מאה שערים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 20:44 לינק ישיר 

וואס ר' דוד קאהן האט געטון צי תולדות אהרן איז א שרעק.
גענימען א פרום חסידות אין פליט אויף לינקס שנעלער ווי דער סופטניק.

ער רעדט אויף היברעיש דרשות.
מען האט שוין געלאדענט ביי זיי חברי הכנסת ביי די שבע ברכות.
אין תולדות אהרן גייט מען  שוין מער נישט אויף קיין שום מוחאת.

אלעס ווייל ר' דוד קאהן איז א לינקער בשיטה אין רייסט אויס  דאס גאנצע קינאות .

אין ליידער געלינעגט עס אים אויף א מאסן פארנעם.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/10/2008 23:25 לינק ישיר 

טייערער ר' יונה

לויט ווי ס'זהעט אויס שיינסטע צו זיין א פליינער שונא פון די ק"ק תולדות אהרן, אנהייב שרייבסטע אז ס'טהוט זיך א געפרליכע תערובת וואס איז לא יאומן כי יסופר, אין יעצט נאך די פאקטן וואס איך האב געברענגט דרייסטע אנדערש אז היי יאר האט מען טאקע געמאכט גיהעריגע מחיצות, און אויך שרייבסטע אז בית דין האט געהייסן מאכן די מחיצות, ס'הייבט זיך נישט אן בית דין האט קיינמאל נישט געהייסן דאס מאכן נאר תולדות אהרן מאכן שוין יארן די מחיצות אין ברוך השם ס'ווערט בעסער און בעסער עד כדי כך אז די אלע תלמידי חכמים נקיי הדעת שבירושלים זענען ממש נתפעל פון דעם גרויסן קידוש השם, און דער גאב"ד ירושלים איז דערעקט אראפגעקומען צו די שמחת בית השואבה פון תולדות אהרן מחזק זיין תולדות אהרן אנטקעגן די פאר שקאצים פון אהל שרה,

ווי עס זעהט אויס גייט דיר פשוט ארויס די אויגן צו זעהן ווי עס שיט זיך טויזנטער מענטשן צו דע שמחת בית השואבה פון תולדות אהרן

איז קען איך דיר מציע זיין איין זאך, גיי נישט סוכות אין מאה שערים און זיץ אין שטוב וועסטו האבן א רוהיגערער יו"ט. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2008 00:02 לינק ישיר 

עס גייט פשוט ארויס די אויגן פון אלע תלמידי חכמים נקיי הדעת שבירושלים, צו זעהן ליידער ווי עס שיט זיך טויזנטער מצורעים וכל טמא וזב, ציוניסטין, מזרחיסטען, פרייע, פרענקען, צו דע שמחת בית השואבה פון תולדות אהרן, און זענען מטמא מאה שערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2008 00:12 לינק ישיר 

יונה'לע


פארקויף נישט קיין לאקשן תורות.

דאס קומען און גיין ביים שמחת בית השואבה האלט שוין אן יארן נאך זייט דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל האט געלעבט. און דאס איז נישט קיין פרישע ערשיינונג. 

אבער בעיקר, דיך גייט נישט אן קיין תערובות. דיר שטערט דעם היינטיגן תולדות אהרן רבי שליט"א וועלכער איז נישט בדעה אחת מיט דיין רבי'ן.

פינטל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2008 00:20 לינק ישיר 

דוד'ל

ווייל ער גייט מיט דיין רבי'ן וועט עטץ אים מוחל זיין אלע עבירות שבתורה ווי די פארגאנגהייט האט עס באוויזן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2008 00:34 לינק ישיר 

אדמיראל 

ווייל ער גייט "נישט" מיט דיין רבי'ן וועט עטץ אים אנלייגן אלע עבירות שבתורה ווי די פארגאנגהייט האט עס באוויזן 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2008 01:41 לינק ישיר 

ער איז נישט בדעה אחת מיט מיין רבי'ן ווען:

ער מאכט פריצות'דיגע שמחת בית השואבה.

ער מאכט א יד אחת מיט די ציונים אין מירון.

ער נעמט געלט פון קופת חולים.

ער גייט צום כותל.

ער נעמט א שטיצע בריוו פאר זייינע מוסדות פון הרב שטיינמאן.

ער האלט אז דער קלויזענבורגער רבי איז געווען א צדיק וקדוש און רביה"ק זי"ע איז געווען א קאקראטש.

ער מאכט א יד אחת מיטן רב הכותל ראבינאוויטש.

וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 04:39 לינק ישיר 

דער בלאט באשרייבט איבער די שרעקליכע תערובת, און פאגראם וואס תולדות אהרן האט געמאכט דעם יו"ט אין ירושלים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.