|
|
| נשלח ב-2/11/2008 15:40 |
|
| |
דאס איז א בילד פון דעם בחור וואס די רוצחים פון תולדות אהרן האבן אים מזיק געעווען די אויג וואס האט געדארפט דורכגיין א אפערציע פון 2 שעה כדי צו ראטעוון די אויג וואס האט אפגעקאסט 10.000 $
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 15:42 |
|
| |
נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן אין די גאס פארנט פון אהל שרה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 15:45 |
|
| |
דא איז א בילד פון דעם רוצח שפל ישראל אהרן קלצקי וואס האט געארבעט צוזאמען מיט די רוצחים פון תולדות אהרן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 15:49 |
|
| |
דא איז נאך א בילד פון דעם רוצח שפל קלצקי וואס נאכ'ן פוגרום האט ער געקראגן כיבוד אין תו"א וואס מען האט געטאנצט צוזאמען מיט אים ורקדו על הדם
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 15:51 |
|
| |
דא איז נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן מיט א פארמאכטן פויסט צו הרגינען די ערליכע יידן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 15:56 |
|
| |
דאס איז א צעטל וואס עס איז געווען אויסגעקלעפט אין די גאסן פון ירושלם פאר סוכות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 18:12 |
|
| |
הערליכע בילדער
נאר איין פראבלעם, מען זעהט גארנישט דערויף, חוץ איין בחור וואס האט זיך נעבעך אנגעגאסן מיט אראנדש דשאוס און א צווייטער וואס האט זיך צוקראצט די נאז מיט די ברילן זעהט מען נאר שיינע בילדער פונעם ציבור בשעת די מהומה.
מען קען פונקט אזוי שרייבן דעם קעפל פון די פיקטשערס, די בריונים פון אהל שרה בשעת'ן צושטערן די גדרי הצניעות.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2008 20:26 |
|
| |
דער קומפוט וויל אונז דא פארקויפן פארדארבענע קומפוט.
ער מיינט אז מיר זענען אזעלכע תעמעלעך ווי די סאברעס וואס מעןק ען פארקויפן לאקשען תורות.
יעדער ווייסט דא וואס דארט איז פארגעקומען, דער בית דין צדק און אלע זקני ירושלים זענען ארויסגעקומען לטובת תולדות אהרן. דער שמוץ קאמפיין שטאמט פון די אהל שרה'ניקעס וואס פארן קיין איראן זיך קושן און האלזען מיטן איראנער פרעזידענט, און האבן צוגעכאפט צו זיך נאך אפאר ליידיגייער וואס זוכן צו שטופן דעם טאג אין ירושלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 00:57 |
|
| |
וואס זאגט בן ציון שווארץ צי די תולדות אהרן רייאיטן , ער איס דאך אויך געווען ביים איראנער פרעזידענט אין די יו.ען.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 00:58 |
|
| |
דא איז א בילד פון די "תולדות אהרן" סוכה, וואס די מזרוחניקעס זענען א חלק בלתי נפרד פון די תולדות אהר'ניקעס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 01:03 |
|
| |
איך גיי מיך נישט אראפלאזן אזוי נידעריג ווי דעם פרעכער משתמש וואס ברענגט בילדער אין לייגט צו העד'ס צו דעם און ער מיינט אז די ליינערס פון דעם פורום זענען אזוי אום אינטעלעגענט ווי אים אין וועלן אים גלייבן אלעס וואס ס'שמעקט אים וייל ער האט דאך צוגעשריבן העדס צו די בילדער, איך גיי אים אפילו נישט ענטפערן אויף די שטותים ווייל איך וויל נישט מזלזל צו זיין אין די ליינערס.
איך וועל האבער אראפ לייגן וואס ס'גייט אלס פאר אין תולדות אהרן.
תולדות אהרן איז היינט צו טאג פון די איינציגע מבצרים וואס זענען נאך געבליבן פון פריערדיגן דור וואס האבן מקבל געווען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די ציונים הארורים, אפילו זיי גייען נישט זיך קושען מיט די אראבער אין עזה אין אויך נישט מיט די פרסים אין איראן, 99 פראצענט פון תולדות אהרן משפחות נעמען נישט קיין שום געלטער פון די ביטוח לאומי וואס געבן שווערע געלטער פאר איעדע משפחה, די מוסדות נעמען נישט קיין געלט פון קיין שום ריינע מקור אין נישט פון קיין מחללי שבתות. די מאמעס קענען נישט שיקן די קינדער אין גראסעריס וואס די בעלי בתים רעדן די טרייפענע שפראך ווייל די קינדער קענען נישט קיין עברעאיש.
יא אין תולדות אהרן קומען זיך צו זאם איעדעס יאר טויזנטער אידן פון אלע סארטן און פון אלע קרייזן זיך צו פרייען אין טאנצן אין דעם יו"ט פון זמן שמחתנו, דאס איז שוין אזא טראדיציע פון לאנגע צענדליגער יארן נאך פון די צייטן פון דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבין רבי אברהם יצחק זצוק"ל,
יא אמת די יינגע קינדער צאן קדשים פון גאנצן געגנט (לאו דווקא פון תו"א) קומען זיך צוזאם אין תולדות אהרן צו מיטהאלטן מיט די הייליגע שמחת בית השואבה אין גייען נישט חלילה פאשען אין אנדערע פלעצער וואס אין רוח חכמים נוחה מהם און שעפן זיך אן מיט קדושה וטהרה אויף א גאנץ יאר, אין אויף דעם קענען מעיד זיין טויזנטער אידן פון די גאנצע וועלט וואס קומען יעדעס יאר און קענען נישט מוותר זיין אויף דעם פארגעניגן זיי לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער כדי דאס מיצוהאלטן, די זעלבע איז אין מירון לג בעומר יעדעס יאר ווערט מער און מער דער עולם וואס שטראמט אין די מאסן מיט צוהאלטן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין דערנאך די שיינע התלהבות'דיגע טענץ.
און דאס קענען זיי נישט אויסהאלטן און זיי מאכן אלעס כדי דאס צו צושטערן און פארשטייט זיך אז אלע וועגן צו אפהאלטן די רעבאראלך איז כשר.
אבער ס'וועט אייך גאר נישט העלפן, מיר גידענקען נאך די מלחמות וואס איר האט געפירט מיט דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבין זצ"ל און מיט דעם רב בעל מנחת יצחק זצ"ל און אויך מיט דעם רב רמ"א פריינד זצ"ל און מיט דעם רב רבי ישראל משה דושינסקי זצ"ל און מיט דעם ראש בית דין ר' ישראל יעקב פישר זצ"ל און מיטן גאנצן פריערדיגן בית דין, איז סך הכל האט איר אריין גיברענגט דעם היינטיגן תולדות אהרן רבין ר' דוד אין א גוטע סביבה צוזאמען מיט די אלע פריער דערמאנטע צדיקים.
מ'בעט אייך כאפט אייך צוריק באצייטנס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 01:52 |
|
| |
די נידערטרעכטיגע נידעריגע שמוציגע חברה, שעמען זיך נישט, נישט גענוג וואס זיי האבן געהאקט און געשלאגן בחמת רצח ובחימה שפוכה, מיט א מוראדיגע אכזריות, וואס אזוינס איז נאכנישט געהרט געווארן, איבער הונדערט תו"א יונגעלייט זענען ארויסגעקומען פון זייער ביהמ"ד ביז צום ביהמ"ד אהל שרה ווען זיי קומען גרייט מיט טרערן באמבעס, שלאגן און האקן אויף רעכטס און אויף לינק, ווען דער רוצח גבאי פון תולדות אהרן רבי, משה יוסל צימעט שטייט בראש און שרייט "עפענט'ס קעפ איינמאל פאר אלעמאל",
זענען זיי נאך מהפך קערה על פיה, איבערצודרייען די פאקטן און די מוראדיגע רציחות, וואס עס איז געטוהון געווארן לעיני אלפי ישראל.
דעריבער איז קיין וואנדער ווען ס'ערשיינט בילדער ווי דעם רוצח הערש מיכל העלער דער ראש הקהל פון תולדות אהרן און פון די נענטסטע מענטשען פון תולדות אהרן רבי שטייען זיינע קינדער אין היכל הביהמ"ד אהל שרה מיט א חמת זעם אויפן פנים, ווייזט דאס גארנישט דע בילדער, (איי לויט זייער שקר איז דאך דע מעשה פונקט פארקערט, די קנאים זענען גאר איינגעבראכן אין תולדות אהרן און געווארפן טרערן באבמבעס).
און אזוי די אנדערע בילדער ווי תולדות אהרן יונעלייט שטייען אין ביהמ"ד אהל שרה און אין די גאס פון בית המדרש ביים אריינגאנג, (וואס עס איז עטליכע מינוט אוועק פון תולדות אהרן בית מדרש) מיינט דאס אויך גארנישט, פרעג פארוואס?
די זעלבע סיבה פארוואס תולדות אהרן רבי דער צדיק עניו וקדוש האט נישט געוואסט אז מ'רודפט זיין ברודער ר' שמואל יעקב, ער האט נעבעך געמיינט ערנסט ווייל זיין ברודער איז נישט קיין קנאי, און ער איז דאך דער הופט און שפיץ קנאי בדורינו.
עס איז נישט קיין סוד און יעדער ווייסט ווער תולדות אהרן רבי איז, וואספארא איש אמת ער איז, וואספארא עניו ער איז, ווי שטארק קנאי ער איז, און ווי שטארק חסיד פון זיין טאטן און זיידן ער איז.
נאר פערצופאל, האט ער נאכנישט זייט ער איז רעבע געווארן ארויסגעזאגט דאס ווארט "ציונות פון זיין מויל", און גייט יעדע פון מיטוואך ביז ערש"ק ביים זמן ביים כותל המערבי, און טרעפט זיך מיט כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש, און רעדט און שימפט קעגן די קנאים, און דערמאנט נישט זיין טאטן אפילו בטעות, (אויסער ביים יארצייט וכו',) און האט געגעבן א ארדער אויפצושטעלן א גרויסן שאטער שבועות ביינאכט נעבן תולדות אהרן פאר אלע וואס גייען צום כותל, ווי עס ידוע אז שבועות ביינאכט איז געועהן די ערשטע נאכט וואס מ'האט געקענט גיין צום כותל נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, און דעריבער שארן זיך טויזנטער ציוניסטן צום כותל, וואו עס ווארטן זיי אפ תולדות אהרן יונגעלייט מיט כיבוד, און מאכט א שמוציגן בונד מיט רב הכותל ר' שמואל רבינוביץ איבערצוגעבן מירון אין גי הענט פון די ציונים, און לאנדנט איין חברי כנסת המינים מאיר פרוש, הרב דוד יוסף זון פון הרב עובדיה יוסף צו זיינע שמחות, לויפט צו יעדע לינקע טרייפענע חתונה אדער שמחה, ווארפט ארויס א יונגערמאן פון תולדות אהרן וויל ער האט מוחה געוועהן קעגן חבר כנסת המינים מאיר פרוש, און דער תנאי אויף צוריק קומען איז נאר אויב ער בעט איבער דעם פושע ישראל פרעזענליך, און רודפט און מבזה ברבים יונגעלייט וואס זענען זיך משתתף ביי א מחאה, און האט גהייסן מבטל זיין דעם שיעור אין ויואל משה וואס עס איז געוועהן אין תולדות אהרן, און ועל כולם, בלאפט ער און שקרע'ט אוף א אופן שלאה היתה כמוהו.
און די אלע אויבדערמאנטע נקודות, איז גארנישט קעגן וואס עס ליגט אנגעלייגט אויפן הארצן פון אלע קנאים אין ירושלים, וועלכע האבן נעבעך געגלייבט דעם אופארשעמטן פארשוין אז ער רודפט דעם עלטערן ברודער ר' שמואל יעקב וויל ער איז נישט קיין קנאי, און ער איז דער אמתער קנאי וואס גייט ראטעווען דע שיטה הקדושה.
האלט זיך רואיג, דא ווערט נישט טאלערירט קיין מיאוס'ע נעמען קעגן רבנים
און אז מ'האט אזא רעבן, פארשטייט זיך שוין גאר אנדערשט, ווי די חסידים קענען נעמען א מעשה וואס האט פאסירט לעיני אלפי ישראל, און אפילו אין תולדות אהרן בית מדרש איז געוועהן ערב שמחת תורה א צעצטעלע בשם דעם רעבן מכלומרש'ט קעגן די רציחות וואס עס איז פארגעקומען, און יעצט לא דובים ולא יער, דע מעשה איז געוועהן אז די צעהן אויסגעדארטע קנאים זענען איינגעבראכן אין תולדות אהרן בית מדרש וואו עס געפינען זיך צענדליגער טויזנטער מענטשען און געהאקט און געשלאגן און געשאסן טרערן באמבעס.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/11/2008 3:52:42
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 01:57 |
|
| |
אפילו די העדה שרייבט וואס דארט גייט פאר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 03:29 |
|
| |
תולדות אהרן איז היינט צו טאג פון די איינציגע מבצרים וואס זענען נאך געבליבן פון פריערדיגן דור וואס האבן מקבל געווען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די ציונים הארורים, אפילו זיי גייען נישט זיך קושען מיט די אראבער אין עזה אין אויך נישט מיט די פרסים אין איראן, 99 פראצענט פון תולדות אהרן משפחות נעמען נישט קיין שום געלטער פון די ביטוח לאומי וואס געבן שווערע געלטער פאר איעדע משפחה, די מוסדות נעמען נישט קיין געלט פון קיין שום ריינע מקור אין נישט פון קיין מחללי שבתות. די מאמעס קענען נישט שיקן די קינדער אין גראסעריס וואס די בעלי בתים רעדן די טרייפענע שפראך ווייל די קינדער קענען נישט קיין עברעאיש.
יא אין תולדות אהרן קומען זיך צו זאם איעדעס יאר טויזנטער אידן פון אלע סארטן און פון אלע קרייזן זיך צו פרייען אין טאנצן אין דעם יו"ט פון זמן שמחתנו, דאס איז שוין אזא טראדיציע פון לאנגע צענדליגער יארן נאך פון די צייטן פון דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבין רבי אברהם יצחק זצוק"ל,
יא אמת די יינגע קינדער צאן קדשים פון גאנצן געגנט (לאו דווקא פון תו"א) קומען זיך צוזאם אין תולדות אהרן צו מיטהאלטן מיט די הייליגע שמחת בית השואבה אין גייען נישט חלילה פאשען אין אנדערע פלעצער וואס אין רוח חכמים נוחה מהם און שעפן זיך אן מיט קדושה וטהרה אויף א גאנץ יאר, אין אויף דעם קענען מעיד זיין טויזנטער אידן פון די גאנצע וועלט וואס קומען יעדעס יאר און קענען נישט מוותר זיין אויף דעם פארגעניגן זיי לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער כדי דאס מיצוהאלטן, די זעלבע איז אין מירון לג בעומר יעדעס יאר ווערט מער און מער דער עולם וואס שטראמט אין די מאסן מיט צוהאלטן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין דערנאך די שיינע התלהבות'דיגע טענץ.
ע"כ פון דעם אנגעריסענעם יענקי
א) זייט ווען האט משה יוסף צימענד א פריש צוגעקומענער מקבל געווען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די ציונים הארורים
ב) שקר בפירוש פארקערט זייט דעם בעל שומרי אמונים זענען די טירן געווען פארשפארט ביי אלע געלעגענהייטן טישן פרייטאג צו נאכט, שמחת בית השואבה, הקפות וכדומה און נאר בין פרק לפרק האט מען בדוחק געעפנט די טירן כדי סדק צר כדי שלא יתערב זר בשמחתינו, אין די לעצטערע יאהרן [בערך 5-7 יאהר] פון בעל דברי אמונה ווען ער איז שוין נישט געווען אזוי בתוקפו און ער האט שוין נישט געהאט קיין כח אליין ארום צוגיין, האט מען אים איינגערעדט אז די טירן זענען פארמאכט, בשעתו איז דאס געווען א סוד פאר גאנץ בראד, היינט האט מען מהפך געווען קערה על פיה און נישט נאר וואס די טירן זענען ברייט אפען גייט מען נאך מודיע זיין פאר כל צרוע וזב צוקומען, מזרחניקעס פון גאנץ לאנד, און אומדירעקט אריינרוקן ביי די רעדיא קאמערשאלס אז אין תולדות אהרן דארף מען קומען, וכדי בזיון וקצף.
ג) די הדלקה און געפארעכץ קיין מירון איז אפשר אויך א המשך פון זיין טאטןס דרכים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 05:34 |
|
| |
דער קומפוט איז נעבעך צעווילדעוועט געווארן.
שוין וואכן לאנג וואס מען גיסט פעך און שוועבל אויף תולדות אהרן און ס'איז שטיל, קיינער נעמט זיך נישט אן, עס גייט א מחי' מען קען פארקויפן וואס מען וויל, די שקרים וואקסן איינס גרעסער פון צווייטן, פלוצלינג, אוי א בראך, מען האט זיך אים גענומען ענטפערן, עס קומען ארויס בריוו פון אלע גדולי ישראל, עס שטעלט זיך ארויס וואסערע נארישקייטן מען האט פארפירט דעם עולם, וואס טוט מען, מען טוישט פאנט... מען היילייט אפאר שורות..., מען ברענגט בילדער ווי אינגעלייט שטייען אויף די גאס און שמייכלען..., אז מען קען שוין נישט צולייגן קיין שקרים צו די יעצטיגע מעשה נעמט מען אפיר אלע שקרים פון די לעצטע 10 יאר, מען שטופט אריין 10 שקרים אין 5 שורות, און גיי ווענד אים אפ...
עס לאזט זיך נאר זאגן איין ווארט.
די וועלט זאגט: אז דער ... בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...
|
|
|
|
|