|
|
| נשלח ב-3/11/2008 09:05 |
|
| |
קומפוט??
איך בין זייער צופרידן צוזעהן ווי דו ביזט געווארן אזוי צושפילט, ממש נישט צופארשטיין, מ'זעהט נישט קיינעם אין דעם פורום וואס זאל אזוי ארויס גיין פון די כלים, איך מיין אז דו האסט שוין גיענדיגט דיין קאריערע דא און די קענסט שוין צוריק גיין קיין פאפא, איך מיין אז דו וועסט זיי שטארק בעטן וועלן זיי דיר צוריק נעמען.
לעצם הענין צו דיינע אלע שקרים גיי איך מיך אפילו נישט מזדקק זיין ווייל די גמרא לערנט אונז אז מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי און אז דו ברענגסט אזויפיל בלאף וואס יעדערער קען דאך מברר זיין ביזטו דאך נישט אין דעם כלל פון אינשי ביזטו דאך קיין מענטש נישט איך כדי נישט צו פארשעמען די ליינערס פון דעם פורום גיי איך דיר אפילו נישט ענטפערן אויף דעם.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 13:31 |
|
| |
למען!
האסט פראבירט מיטן לחץ אויף די רבנים צו פארדרייען די פאקטן קומט דיר אפאר בילדער וואס ווייזט שווארץ אויף ווייס וויפאלגענד:
1) ס'איז באקאנט אין גאנץ ירושלים ווער די ריכטיגע שלעגערס זענען
2)דא איז בילדער פון די שלעגערס פון תולדות אהרן
וואס זוכט עטץ דארט?????!!!!!!
3) תולדות אהרן מאכט דעם פוגרום אין אוהל שרה
4) דאס איז אין אהל שרה
5) דאס איז א בילד פון דעם רוצח צבי מיכל הלר'ס זון מיט די עלקטרישע שוקרס ביי דעם פאגראם אין ביהמ"ד אהל שרה
6) דאס איז איז א בילד פון איינעם פון די בחורים פון אהל שרה מיט די פלעקן פון די טרערען - פעפער - גז וואס די בריונים פון תולדות אהרן האבן געשפריצט
7) דאס איז א בילד פון איינעם פון די בחורים פון אהל שרה צובלוטיגט דורך די בריונים רוצחים פון תולדות אהרן בשליחות רבי דוד
8) דאס איז א בילד פון די שלעגערס בריונים פון תולדות אהרן אין די סוכה פון אהל שרה
9) דאס איז א בילד פון דעם שמוציגן שח"פ איינער פון די מפקדים פון תולדות אהרן אויפן פוגרום אין ביהמ"ד אהל שרה
10) דאס איז א בילד פון דעם בחור וואס די רוצחים פון תולדות אהרן האבן אים מזיק געעווען די אויג וואס האט געדארפט דורכגיין א אפערציע פון 2 שעה כדי צו ראטעוון די אויג וואס האט אפגעקאסט 10.000 $
11) נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן אין די גאס פארנט פון אהל שרה
12) דא איז נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן מיט א פארמאכטן פויסט צו הרגינען די ערליכע יידן
13) דא איז א בילד פון די "תולדות אהרן" סוכה, וואס די מזרוחניקעס זענען א חלק בלתי נפרד פון די תולדות אהר'ניקעס
אזוי פיל בילדער אזוי פיהל פאקטן נישט קיין וואונדער דו ביזט צושפילט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2008 13:37 |
|
| |
אזווי איך האב דאך געשריבן אז איך וועל זיך נישט מזדקק זיין צו די אלע שקרים פון דעם אזוי גערופענעם קומפוט, אבער אזווי איך באקום אסאך הודעות עידוד אויף די הודעות וואס איך שרייב דא אין אין פרטית אין איינער וואס קען נישט שרייבן דא אין דעם פורום האט מיר אויך געשיקט אן ארטיקל אין פרטית איך זאל דאס דא ברענגען פאר די ליינערס, און נאכדעם וואס איך האב דאס איבער געקוקט האב איך מחליט געווען צו צוליב טהאן פאר דעם שרייבער פון דעם ארטיקל אין איך ברענג עס אראפ ככתבו וכלשונו.
יענקי.
דא האט איך דעם ארטיקל.
עס ליגט דיר נעבעך זייער אסאך אנגעלייגט אויפן הארץ קעגן קהלת תולדות אהרן, ווייל די ביסט דער איינציגער געבליבענער פון די וואס האבן אנגעפירט די מחלוקת פון תולדות אהרן מיט תולדות אברהם יצחק וואס היינט צו טאג נאך וואס דע אלע האבן געזען ווי עס האט זיך אויסגעשפילט, און תולדות אהרן בליהט און אלע מובנים בגשמיות וברוחניות, זענען זיי זיך אלע צולאפן ווי די ראצן און נאר די ביסט געבליבן אליין ווי א דארן אין מדבר און די דארפסט זיך נעבעך אליין מתמודד זיין מיט דעם יעצטיגן מצב,
א יעדער ווייסט היינט דער מצב און עס איז נישט שייך צו אפווענדן מיט דיינע נארישע פראפעגאנדע קעגן תולדות אהרן, ווי עס נעמען זיך צוזאם א יעדן יאר צענדליגער טויזנטער היימישע אידן צו פראווען די שמחת בית השואבה, אז איך גיי אריין אין תו"א זע איך געפאקט, איך גיי אריין אין תוא"י זע איך ווי עס איז ליידיג, און נעבעך די שטייסט אין זייט און קוקט זיך צו מיט א בלאסן פנים, און וויפיל די האסט נאר פראבירט צו מאכן עצות כדי תוא"י זאל אויך ציהען דעם עולם צו קומען, גייט דיר נעבעך נישט,
וועגן דעם האסטו זיך יעצט צוגעכאפט צו אהל שרה און די צייט וואס די ביסט דער ערשטער וואס האט זיי פיינט אזוי ווי די האסט פיינט יעדען קנאי און יעדן פרומער וואס דערפאר האסטו געפירט דיין מלחמה קעגן תולדות אהרן די לעצטע יארן, נאר אזוי ווי מואב מיט מדין האסטו זיך יעצט צוגעכאפט צו דעם אבי אויב מוועט קענען מבטל זיין די שמחת בית השואבה,
איז וויסן זאלסטו אז נישט דע פראפעגאנדע און נישט דע טראסקעס ברענגט דעם עולם נאר עס איז דא עפעס א מין אינערלעכע זאך ביי תולדות אהרן וואס עס שלעפט דעם עולם ווי עס זאל נאר נישט זיין, צו דאס איז ביי מירון ווי עס פראוועט זיך א הערליכע שיינע הדלקה א שיינע פאר יאר מיט א מורא'דיגע התעוררות דקדושה ווען טויזנטער אידן זענען זיך מקדש ומטהר ביי די מעמד ההתרוממות ווען דער תולדות אהרן רבי צינד אן די הדלקה, און עס גיסן זיך טייכן טרערן פון טויזנטער אידן צו אויספויעלן א ישועה, צענדליגער יאר צינד שוין דער בויאנער רבי און דער קרלינער רבי און נאך, און קיינעם צוהט דאס נישט אזוי ווי ביי די הדלקה פון דעם תולדות אהרן רבי שליט"א, אויך היי יאר ווען תולדות אברהם יצחק האט פראבירט נאכצימאכן דעם תולדות אהרן הדלקה נאך וואס זיי האבן געפירט א שמוציגע מערכה קעגו תולדות אהרן און זיי האבן באקומען א שטח לשם ולתפארת און דארט משקיע געווען זייער טאטן מיטן זיידן, און אפילו א יעדער ווייסט אז דער תולדות א"י רבי קען גוט און ער איז א גוטער פאכמאן אין הייבן די הענט און טאנצן און שפרינגען, בכל זאת האט קיינעם דאס נישט אינטרעסירט, אפי' ווען עס האט זיך דארט באטייליגט אלע הויפטן פון די פאליציי,
און אזוי ווייטער ביי שמחת בית השואבה וויפיל תוא"י וועט זיך צושטעלן מיט פראפעגאנדעס און מיט לייגן מייקס אויף גאנץ מאה שערים און געבן צו עסן און פראבירן וואס נאך זיי קענען צו נאכמאכן תולדות אהרן, וועט זיי נישט העלפן, זיי האבן שוין פראבירט צו ברענגען וועלטס זינגערס,
און די זעלבע אויך ביי הקפות, פארדריי נישט קיינעם א קאפ אז אין תולדות אהרן איז געווען אלעמאל פארמאכט ביי טישן און ביי שמחת בית השואבה, דו ביסט קיינמאל אין תו"א נישט געווען ווייל דו קומסט דאך פון פאפא, מען פלעגט פארמאכן נאר ביי די הקפות ווי עס איז נאך היינט צו טאג אויך פארמאכט, און דוקא און תוא"י איז אפן אלע טויערן ביי די הקפות און עס טוהט דיר זייער וויי אז עס איז בכל זאת ליידיג, און ביי תולדות אהרן מיט דעם וואס עס איז פארמאכט איז נישט שייך א נאדל צו אריינצולייגן, איך האב באזוכט ביי ביידן, נאר וואס? ווייל תולדות אהרן האט אין זיך עפעס א עקסטערע חן וואס די קענסט דאס נישט פארשטיין ווייל די ביסט קיינמאל קיין תו"א חסיד נישט געווען, נאר נאך די פטירה פון הגה"ק רבי אברהם יצחק זי"ע האסטו זיך צוגעשארט צו א באנדע בעלי מחלוקת וואס האבן קיין מושג נישט געהאט וואס תולדות אהרן מיינט, און ווי געזאגט האבן זיי זיך שוין לאנג צוריק אפגעטראטן פון דארט און דו מיזט זיך ליידער מתמודד זיין אליין אין די מערכה,
איז וויסן זאלסטו, אז דער תולדות אהרן רבי האט א געוויסן חן אין די גאנצע וועלט ווי מען האלט פון אים עולם ומלואו צוליב זיין באשיידנהייט און ווי ער קומט און ווי ער גייט האט מען פאר עם א יראת הכבוד, סיי ביי די חסידישע רבנים און אזוי אויך ביי די ליטווישע גדולים, וויל ער איז באמת א גדול בישראל א גדול בתורה און א געוואלדיגער בעל חסד ווי טויזנטער אלמנות ויתומים זענען נהנה פון זיין מתנת חינם עטליכע מאל א יאר, א איד וואס זיצט על התורה ועל העבודה שוין צענדליגע יארן, און טאקע דערפאר ווייסט א יעדער אז ער האט א ביהמ"ד אין רובע היהודי אין די אלטע שטאט ירושלים, דארט ווי אלע הערליכע אידן און אזוי אויך סאטמאר רבי זי"ע פלעגט גיין צו זעהן דער מקום מקדש, ווי ער איז זיך מתבודד ווען ס'איז נאר שייך כדי מ'זאל עם נישט שטערן זיינע עבודת ה', און פארדריי נישט קיין קאפ אז דער תו"א רבי גייט און כותל קיינער וועט דיר ממילא נישט גלייבן.
צבי אפילו א [פאלשער] פרואוו פאר גילוי שמות וועט זייער שטרענג גענומען ווערן
די הנהלה
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 04/11/2008 2:56:06
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:21 |
|
| |
צבי זיידן... האסט פארגעסן אויסצומעקן די לעצטע שורה
דער ר' דוד קאהן, וועלכער האט גענומען דעם בענקל פון תולדות אהרן רעבסטיווע בכח הזרוע און מיט מוראדיג'ע טעאראר און השחתה און רדיפות קעגן זיין עלטערן ברודער תולדות אברהם יצחק רבי, ווי יעדער איינער געדענקט.
און אלעס נאר ווייל זיין ברודער תולדות אברהם יצחק רבי איז נישט קיין קנאי, און ער איז ווי ער האט פארעפנטליכט דער גרעסטער קנאי און עקסטרעמיסט וואס עס איז דא אויף דער וועלט, איינע פון די פונקטן וואס עס איז דענסמאל פארקויפט געווארן איז אז ער איז גאר שטארק בידידות מיט ר' משה בער בעק פון נטורי קרתא.
אבער ווי נאר ער האט איבערגענומען דעם בענקל, האט ער גלייך אנגעהויבן איבעדרייען די גאנצע מעשה קאפויער.
אזוי ווי ער איז מוראדיג באשמוצט געווארן אין די גאנצע וועלט, האט ער דער חכם הרזים מחליט געוועהן פארשטייט אלס מיט מורא'דיגן כח האמת זיינע, אז ער וועט ווייזן פאר די וועלט אז די אלע רדיפות און השחתה וואס עס איז אפגעטהון געווארן אין תולדות אהרן איז ער נישט שולדיג געוועהן נאר די גבאים און די מענטשען וועלכע האבן אים ארויפגענומען אויפן טראן,
וואס האט ער געטוהון, כדי זיך ריינצוואשן, און ארויפלייגן די גאנצע שמוץ אויף זיינע געטרייע שליחים טעראריסטן, כאילו אז אלעס איז געטהון געווארן נאר דורך זיי אן זיין ידיעה, פארשטייט זיך, אזוי ווי ער ווייסט נאכנישט עד היום ווער איז דער מחבר פון ספר "חטאת נעורייך", א.א.וו.
האט מיט איינמאל געגעבן א שליידער דעם גבאי שמעון ברוין, און דערנאך דעם בעל הצואה רותחת ר' אהרן ברנסדורפר, און דערנאך האט ער פרובירט די צווי הויפט טעראריסטן אהרן אייזנברג און גבריאל שישא, וועלכע איז אים ביז דערווייל נישט געלונגען, ווייל זיי זענען שטארקער פון אים, און אנשטאט זיי האט ער צוגענומען די איידעלע יונגעלייט ממש נועם המידות משה יוזל צימעט, הערש מעכל העלער, אהרל'ע סאמעט, א.א. וו.
די זעלבע סצענע שפילט זיך אפ, אלעס ווען ער גייט אריין אין א פראבלעם,
געמיינט האט ער אז ער וועט שיקן זיינע רוצחים שלאגן און האקן וועט אים ראטעווען, אבער ווי נאר ער האט געזעהן אז עס וועט אים קאסטן א פרייז, איז ער ווי זיין דרך הקודש, (ווי צום ביישפיל: פרשת וואלאווע, שלום בית, מאיר פרוש, א.א. וו.) איבערגעדרייט די גאנצע מעשה אויף קאפויער.
רבותי! נישט די אהרלא'ך האבן געשלאגן, נאר מען האט זיי געשלאגן, (דע פיקטשערס זענען אין תולדות אהרן בימ"ד)!!!
(נישט ער האט מוותר געוועהן אויפן לבוש נאר דער וואלאווער האט אים אויסגעפאפט, נישט ער האט געהעצט דע פרויען פון תולדות אהרן קעגן דע מענער נאר דער ברודער האט געהעצט די מענער קעגן דע פרויען, נישט ער האט ארויסגעווארפן דעם יונגערמאן וואס האט מוחה געוועהן קעגן דעם ח"כ המינים פרוש נאר אדרבה ער האט אים גאר מקרב געוועהן, א. א. וו. ועוד חזון למועד)
און די אפעראציע וואס דער בחור גייט דורך אויף זין אויג, איז גאר פון אנדער געשלעג, און ער האט אויף דעם אפילו דאקמונטען וועלכע ווייזן דאס אויף, נאר דער נועם המידות וויל דאס נישט מפרסם זיין ווייל ער וויל נישט טשעפען און מבזה זיין א איד.
ווי פארשטענדליך וועט יענקי מיט למען, נישט זיך אראפלאזן צו ענטפערן, ווייל דער הייליגער רבי זייערער האלט נישט פון טשפענען א איד, ח"ו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:23 |
|
| |
יענקי שרייבט:
"און טאקע דערפאר ווייסט א יעדער אז ער האט א ביהמ"ד אין רובע היהודי אין די אלטע שטאט ירושלים, דארט ווי אלע הערליכע אידן און אזוי אויך סאטמאר רבי זי"ע פלעגט גיין צו זעהן דער מקום מקדש,"
די אזוי איבעראשנדע ידיעה וואס שלאגט ווארצלען אין גאנץ סאטמאר האסטו זיכער געהרט מפה קדשו פון דיין הייליגן רבי'ן אליינס.
ממש מורא'דיג, דער סאטמערער רבי זי"ע פלעגט זיצן דריי טעג א וואך אויף א פארטש וואס גייט ארויס ממש צום כותל המערבי.
אפשר קענסטו איבערפרעגן דיין רבי'ן וועלכע הערליכע אידן זענען דארט געוועהן, און ווען פונקטליך איז דער סאטמערער רבי זי"ע דארט געוועהן, תשי"ב, תשט"ו, תשי"ט, תשכ"ו, פאר די ציונים האבן איינגענומען דעם כותל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:26 |
|
| |
א צימער אין "ישיבת" אש התורה, (מזרחי) ביים כותל
ר' דוד קאהן האט זיך איינגעפירט די לעצטע זעקס זיבן יאהר, ער האט זיך איינגעהאנדלט א צימער אין "ישיבת" אש התורה, (מזרחי) ביים כותל המערבי, וואס עס האט א פארטש צום כותל המערבי ממש, און דארט זיצט ער יעדע וואך פון מיטוואך ביי מיטאג ביז ערש"ק ממש ביים זמן,
תולדות אהרן חסידים וועלכע זענען געטריי געוועהן אלע יאהרן די שיטה הק' וואס זיי האבן מקבל געוועהן פון זייער רבי'ן בעל דברי אמונה, מוזן נעבעך גיין אהין ווען זיי דארפן לייגן תפילין פאר א בר מצוה בחור'ל, אזכרה, וכדו'.
פארשטייט זיך אז יענקי וועט גלייך לויפן צום הייליגן רבי'ן, וויאזוי מ'לייקנט אפ די גאנצע מעשה, נאר למזלו הרע האט ער שוין מודה געוועהן פריער דא אויף דעם, נאר צוגעלייגט א פרעכן שקר אז סאטמערער רב זי"ע פלעגט אויך גיין אהין, (נישטא ווער זאל לאכן!)
פאלגענד אפאר לינקס איבער די אזוי גערופענע מזרחסטישע "ישיבה" אש התורה ביים כותל המערבי.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3355169,00.html
http://www.aish.com/hebrewsite/Aish_Hesder.asp
http://www.aish.com/hebrew/
און פאר וועם ס'האט שוין פארגעסן, תולדות אברהם יצחק רבי איז ארויסגעווארפן געווארן מיט אכזריות און בזיונות ווייל עס איז געוועהן א בילד ווי ער גייט צום כותל, און ווי יעדער ווייסט, זייט ער איז אויפגענומען געווארן אלס רבי גייט ער נישט צום כותל, אויך נישט דארט וואו ווי יענקי זאגט איבער פון זיין רבי'ן, אז סאטמערער רבי זי"ע איז געגאנגען.
און לאמיר אוועק לייגן דעם כותל, וואו האט ער גענומען דע הנהגה פון זיצן טאג און נאכט אין א מזחסטישע ציוניסטישע ישיבה וואס שטאלצירן מיט קוק שר"י.
דאס האט ער אויך געזעהן ביי זיין טאטן אדער ביים סאטמערער רבי זי"ע.
איך וועל נישט צו לאנג מאריך זיין, ווייל באלד וועלן די רבאהרלא'ך זיך ארומדרייען מיט א גאן איבער די הייזער פון די עלטערערע ירושלימע'ר אידן און בעטן חתימות אז ר' דוד קאהן איז ממשיך שושילתא קדישא בלי זיז כלשהו און שטייט אין שפיץ פון די מלחמה קעגן ציונות. (א ביטערער שמייכל)
און צום שלוס יענקי , פארוואס איז נאכנישט געהרט געווארן די שימפעריי פון דעם הייליגן רבי'ן קעגן דע רציחות פון זיינע חסידים - (אדער ווי דע יעצטיגע לעכרליכע גירסא, קעגן דע רציחות פון די קנאים וואס האבן נעבעך געשלאגן די תולדות אהרן יונגעלייט,) אזוי ווי ער האט געפונען פאר אזוי וויכטיג צו אטאקירן און שימפן קעגן דע קנאים אז דרכם לילך ולהזיק און מ'טאר נישט אנטייל נעמען אין קיין מחאות אויף אידשקייט וויל מ'מיינט דאס נישט לשם שמים, ווי עס איז פארעפנטליכט געווארן דע דרשה אין צייטונג "בקהילה" און "העדה" פרשת מסעי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:27 |
|
| |
קומפוט
א שאד פאר די ארבעט וואס דו לייגסט אריין.
קיינער גלייבט דיר נישט.
דער ציבור איבעראל גלייבט ענדערש די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הביד"? און די זקני וחכמי ירושלים, וואס זענען ארויסגעקומען אין שטיצע פאר תולדות אהרן ומלכם בראשם כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:27 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:33 |
|
| |
ליין איבער נאכאמאל די העדה
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 02:49 |
|
| |
שוטה
אודאי אז עס ווערט א שטומל אויף א פלאץ איז דא א צוזאמענלויף פון אלע סארט מענטשן.
באדעם ליין איז: פארוואס האבן די עקסטרעמיסטן צעריסן די מחיצה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן עפ"י בהוראת הגאב"ד שליט"א וועלכער האט עס פערזענליך דורכגעגאנגען און באטראכט צו עס איז גוט.
און פארוואס האבן די עקסטרעמיסטן געגאסן וואסער אויף די פרויען.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 03:27 |
|
| |
קומפוט טייערער
קודם תתחדש, ווידער א נייער פאנט... קוקט אויס אז פאר יעדן שקר דארף מען האבן נייע אותיות... דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט אויסלויפן פון פאנטס, ווייל ווי ס'קוקט אויס האסטו נאך א היבש ביסל שקרים צו פארקויפן...
יעצט צום ענין.
קודם כל פארוואס פארציילסטו אונז האלבע מעשיות, דו זאגסט אז מען האט צובראכן א אינגערמאן ראטמאנ'ס פענסטער און דו לייגסט א לינק, ווען מען קוקט דארט זעהט מען אז עס איז געווען א פריוואטע מחלוקה, דער ראטמאן האט אנגעגאסן דעם אינגערמאנ'ס ווייב מיט וואסער, (אלס א חלק פון די עבודת הקודש פון מסדר זיין צניעות...) האט אים דער אינגערמאן באצאלט, ווען ער טוט דאס מיט דיין אשת חיל וואלטסטו געטון די זעלבע, (איך קען נישט דיין שלום בית אבער עכ"פ אזוי האף איך...)
צווייטנס.
קוקט אויס אז די שקרים אויף די פרשה לאזן זיך דיר שוין אויס פראבירסטו צו פארדרייען דעם שמועס צום כותל, קודם גייט ער צום כותל, יעצט האט ער נאר א צימער אין ישיבת אש התורה, און נאכדעם קוקט שוין גאר אויס ווי ער איז אליינס א תלמיד אין די ישיבה, און ביים סוף לייגסטו שוין אראפ ווי די רבי אהרעלעך ווערן נעבעך געצווינגען אליינס צו ווערן תלמידים דארט..., איך וועל מיך זייער גערן מתווכח זיין מיט דיר אין די נושא און דיר אויפווייזן די פאקטן, (אויב עס אינטרעסירט דיר בכלל) אבער פארדריי נישט די נושא פון דעם אשכול, אויב ביז יעצט האט מען גערדט פון שמחת בית השואבה, אנטלויף נישט ווען עס ווערט דיר אומבאקוועם, עפן א צווייטן אשכול (אדער ברענג ארויף דעם אלטן אשכול) בנוגע דעם כותל און דארט וועל איך דיר ענטפערן.
ביז אהין, אסאך הצלחה...
שיק מיר אין אישי אויב דו דארפסט נאך פאנטס... אדער גאר א היילייטער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 08:06 |
|
| |
דוד'ל פרעגט א הארבע פראגע: און פארוואס האבן די עקסטרעמיסטן געגאסן וואסער אויף די פרויען.
אפשר ענטפערסטו פון ווי האט משה טארים געהאט די רעכט צו גיסן וואסער כמעט ביי יעדע חתונה ביי די מחיצה אין זאל (ז"ל) פון בימ"ד הגדול פון קרית יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 17:21 |
|
| |
איין זאך איז זיכער ווען תולדות אברהם יצחק זאל מאכן אזא שמחת בית השואבה פריצות, וואלטן תולדות אהרן איבערגעדרייט די וועלט מיט מחאות און געשריגען געלארעמט אפען העכסטן טאן.
און אפשר גאר צוזאם גענומען אלע קינדער און געפענט די ארון הקודש און געוויינט אזוי ווי געטאן א טאג נאך די חתונה פון בן אדמו"ר מתולדת אברהם יצחק.
די תולדת אהרן וואלטן ווען איבערגעדרייט די וועלט, נאר איצט איז פארקערט די מעשה אז זיי מאכן די פריצות, זיי מעגן דאך... זיי זענען די הייליגע... זיי האלטן ירושלים זאל בלייבן הייליג... זיי מאכן הייליג די אלע זונות וואס קומען טאנצן...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 18:37 |
|
| |
קומפוט
הרב טארעם האט געגאסן וואסער ווען עס איז געווען תערובות נישט איבער די מחיצה (איך גיי נישט אריין דא צו עס איז אויסגעהאלטן). אבער די עקסטרעמיסטן האבן דוקא געגאסן וואסער און חרוב געמאכט די מחיצה וואס איז געמאכט געווארן עפ"י הוראות והסכמת הגאב"ד שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2008 21:21 |
|
| |
טא גיי פרעג די גבאים פון ר' חיים הערש פון ירושלים נ. אתיק מיטן קדוש י. ווייס פארוואס זייי האבן עס געטאן.
|
|
|
|
|