בית פורומים כל העולם כולו

KJ ווילעזש ווידער מיט שרעקליכע חילול השם והתגרות באומות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2008 14:30 לינק ישיר 
KJ ווילעזש ווידער מיט שרעקליכע חילול השם והתגרות באומות

ערב יו"ט האבן זיי ארויפגעלייגט סיידוואוקס אויף א זייטיגע ראוד אין KJ וואס באלאנגט עכט פאר די קאונטי אן פרעגן א ווארט פון די קאונטי און אן נעמען א פערמיט!!!
די קאונטי איז געווארען אזוי גערעגט אז זיי זענען אראפגעקומען אימיטען יו"ט,אפגעבלאקט די ראוד, און צובראכען די סיידוואוקס!!!
יעצט גייט זיך אנהייבן א גאנצע "פרעה מיט די פעזשאמעס" ווען יעדער גייט שרייען אז א אנדערער איז שולדיג פאר די צום-וויפילטע-מאל אומפאראנטווארטליכע חילול השםס וואס די ווילעזש מאכט אן מיט זייער התגרות באומות סטייל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2008 15:29 לינק ישיר 

א שכח פארן ווייזן דיין פרצוף מיטן זיך אננעמען פארן גוי וואס איז ביי דיר וויכטיגער ווי די הונדעטער מאמעס אין טויזענטער קינדער וואס דארפן דורכגיין דעם וועג אן מורא פון קארס וואס פליען שנעל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2008 22:02 לינק ישיר 

דא איז נישט די שאלה פון איד vs. גוי, וואס אפילו אויב יא איז התגרות באומות א אישו, דא איז די רעדע פון אפאר נארישע בעלי גאוה וואס האבען מורא זיך 'אראפצולאזען' און בעטן א פערמיט פון דעם בעה"ב. סאיז נישט נאר מענטשליך נאר אויך נאריש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2008 22:53 לינק ישיר 

עס ווייזט א כלליותדיגער נארישער און שטאלצער צוגאנג פון די ווילידזש אוו קעי.דזשעי.


צווישן פארעסט ראוד און עצי תמרים איז דא א ריזיגער שטח וואס באלאנגט פאר ר' יחזקאל בראך און ר' משה פריעדמאן (מאנראוער). ר' יחזקאל האט שוין באלד מיט 10 יאר צוריק געבעטן דעם ווילידזש אריינצונעמען זיין שטח אין די גרעניצן פון קרית יואל. אבער זיי האבן עס אפגעווארפן מערערע מאל.

שטעלט אייך פאָר ווען דער שטח איז געוועלאפט אלס א טייל פון קרית יואל, וואלטן די עצי תמרים איינוואוינער נישט געדארפט גיין דורכן רוט 44 נאר רואיג געקענט שפאצירן דורך די מערערע קליינע גאסן וואס וואלט זיי געפירט ביז פארעסט אדער אנדערע ריכטונגען.

אויך יעצט נוצן עצי תמרים איינוואוינער דעם שטח אלס "שאורט קאט" אבער עס איז זייער נישט באקוועם צו שלעפן זיך מיט קינדער און אודאי מייט קערידזשעס אויף זאמט מיט שטיינער.

עס ווייזט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אויף די טובה פון זייערע אייגענע מענטשן, נאר אבי יענעם צו דערלאנגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 04:15 לינק ישיר 

פיר אויס שטעלט אייך פאר ווען מענדל שווימער איז מעיאר וואלט יחזקאל בראך געמאכט א לעבן...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 04:53 לינק ישיר 

לאמיר טאקע אויספירן:


אז מען זעט ווי די פאקטן שמייסן אין פנים, האט נישט וואס צו ענטפערן... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2008 05:02 לינק ישיר 

דוד'ל

ערשט קלאסיג גענפערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2008 01:02 לינק ישיר 

איך האב אמאל געזעהן אן עיקול איך מיין פון מכון להוראה

אז קיינער זאל נישט קויפן די לאט

האט שוין בי"ד אראפגענומען די עיקול?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2008 01:30 לינק ישיר 
היכי דמי קידוש השם?

http://archive.recordonline.com/archive/2004/02/21/camschoo.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 03:26 לינק ישיר 

די ראוד איז שרעקליך סכנות'דיג, ס'איז ממש ניסים אז ס'איז ב"ה גארנישט געשעהן ביז יעצט.

טראצדעם וואס די ראוד באלאנגט נישט צו קרית יואל, האט די ווילידזש זיך אריינגעלייגט צו ארויסהעלפן אירע איינוואוינער און נאכדעם וואס מען האט געזעהן אז די קאונטי גייט בשום אויפן נישט לאזן מאכן קיין סיידוואקס האט מען נישט געהאט קיין ברירה און עס געמאכט אזוי.

לולא, דאס שמעקט נישט מיט אהבת ישראל, פון דיין זייט זאלן געשעהן 10 עקסידענטס און די וועסט שרייען "התגרות באומות".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > KJ ווילעזש ווידער מיט שרעקליכע חילול השם והתגרות באומות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext