בית פורומים כל העולם כולו

מקעין איז קאפוט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2008 18:38 לינק ישיר 
מקעין איז קאפוט!

מ'האלט שוין נאך אלע 3 דיבעיטס,סאיז 2 אהאלב וואכן צו די וואלן, שוין 3 וואכן און א צי וואס ער איז ווייט אונטערשטעליג און די נעשנעל פאולס, ער איז ביטער אונטערשטעליג און אלע בעטלגראונד סטעיטס, ער איז אויך אינטערשטעליג און אסאך טרעדדישנל רעפובליקען סטעיטס, ווי מיזורי, ווירדשיניע, נארד-קעראליינע, קאלאראדא, נעוואדע, נארד-דעקאטע,

די רעפובליקענס פרובירן זיך צו טרייסטן יעדן טאג פון עפעס איין גוטע פאול צווישן 12 שלעכטע, דראדש מאכט א גאנצע וועזן פון עפעס איין געלאפ פאול, איי ס'דא 15 אנדערע וואס זאגן אז ער איז טיף אין דער ערד.

בקיצור, געוואוינטס ענק צו: פרעזידענט באראק אבאמא



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2008 20:33 לינק ישיר 

די 15 אנדערע למשל CNN MSNBC AP(obama)ABC וכו' ווילען אז ער זאל געוואנען איז אוודאי זאגן זיי אז ער האלט אסאך מער פאראויס ווי מעקעין אזוי אז אסאך מענטשען זאלן נישט ארויסגיין וואוטן אבער איך האלט נאכאלץ אז מעקעין קען עס מאכן

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2008 20:52 לינק ישיר 

נו! עטץ גייטס וואוטען פאר דעם נואף חָם'ס אן אייניקעל?
בושה יכסה חרפתחם,
דער לינקער ליבעראל שטיצט כל מיני תועבה וואס איז אסור על פי תורה צו שטיצן און העלפן אים געווינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2008 22:54 לינק ישיר 

איך שטום צי מיט סקאט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/10/2008 23:37 לינק ישיר 

אבאמא האט געהאט מזל אז די בענק האבן געקראכט און אויך אזוי נאנט צו די עלעקשאנס.

יעצט האט ער א שטארקער שאנס צו ווערן דער נעקסטער פרעזידענט.

ער וועט אבער זיין א שלעכטער פרעזידענט.
די לאנד איז אויף צרות סיי מיט די עקענאמיע און אין דערמיט פון 2 מלחמות.
א צייט וואס מען דארף א ערפארענער שטאטסמאן נישט קיין יונגער ניי-קומער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2008 02:36 לינק ישיר 

מרוח אשך, וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? אז אמעריקע גייט טאקע ערוועהלן אבאמא פאר פרעזידענט, קומט זיי נישט מער ווי א באראק אבאמא... ודו"ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 02:40 לינק ישיר 

פאקס ניוס פארציילט אז אין בארא פארק איז מרס. פעילין היבש פאפולער, וויבאלד איר שייטל סטייל איז לעצטנס זייער פאפולער.

http://elections.foxnews.com/2008/10/23/sarah-palin-wig-catches-brooklyn/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 03:02 לינק ישיר 

סקאט מעקלעלען דער געוועזענער פרעסע סעקרעטאר פון די בוש אדמיניסטראציע איז געגאנגען אין די פיס טריט פון קאלין פאועל און אינדארסירט אבאמא פאר פרעזידענט.

פאועל האט אינגאנצן נישט אויסגעמאכט וויבאלד יעדער פארשטייט אז ער האט אים בלויז אינדארסירט צוליב זייער הויט-פארב ענליכקייט, מעקלעלען וועט לכאורה אויך נישט אויסמאכן צוליב דעם וואס יעדער ווייסט אז ער איז שוין לאנג גערעגט אויף בוש.

א "אינוועסטער ביזנעס דעילי" פאול ווייזט אז אזוי פיל ווי 11% פראצענט וויילער זענען נאכנישט אנטשלאסן פאר וועם צו שטימען און אז אבאמא אי בלויז 1 פראצענט העכער מקעין.

אינוועסטאר בינעס דעילי איז אין '04 געווען די מערסטע אקוראט ווען זיי האבן געוויזן אז בוש גייט באזיגן קערי 50-48 (למעשה האט בוש געווינען 51-48).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 03:11 לינק ישיר 



אויף די אנקעטע זעהט מעו אויך אז די אידישע וויילער זענען די מערסטע אומזיכער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 14:14 לינק ישיר 

מיט א שווער הארץ מוז איך דאס מאל איינשטימען מיט סקאט, מעקעין איז קאפוט.

אין מיינע אויגן איז דא דערפאר דריי סיבות: געלט, געלט, און געלט.

אנדערש ווי די אנגענומענע מיינונג בין איך איבערצייגט אז מעקעין וועט נישט פארלירן צוליב די שוואכע עקאנאמיע, ס'איז טאקע א וויכטיגער פאקטאר, אבער מעקעין וואלט עס געקענט איבערקומען אפילו אזוי נאנט צו די וואלן.

איך האלט אז די גרעסטע שוועריגקייט פארן מעקעין לאגער איז זיינע געצוימטע פינאנצן. די עקאנאמיע האט טאקע געשטעלט אבאמא פאראויס, אבער אויף די עלעקטארעל מאפע וואלט מעקעין נאך אלץ געקענט ארויסקוועטשן א זיג, אבער אן קיין געלט איז נישטא קיין חתונה, און ווער נאך ווי דער ספאנסאר פונעם "מעקעין-פיינגאלד" געזעץ ווייסט דאס.

מעקעין איז נישט קאפוט ווייל ער איז שוואך אין די נאציאנאלע פאולס, ער איז דערנאך ווייל ער האט זיך ארויסגעצויגן עפנטליך פון מישיגען, כמעט עמטליך ארויסגעצויגן פון אייאווע און ניו מעקסיקא, מ'זעט אים כמעט נישט אין פענסילוועניע, און ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט אין ווירזשיניע, וויסקאנסין, און נעוואדא. אפגערעדט פון זיינע שוועריגקייטן אין פלארידא און אהייא - בכלל פארלירן די רעפובליקאנער מאמענטום אין זייער וויכטיגסטע פעסטונג: די 'סובארב' אמעריקע.

דראדזש פרובירט טאקע מיט אלע כוחות איבערצושרייען די גאנצע "ליבעראלע עליט מידיא" [א אויסדרוק וואס שטייט זייער אין וועג פאר SNL], אבער ער קען בשום אופן נישט איבערשרייען אבאמא'ס געלט פלוס וואס ברענגט נישט נאר מער אדווערטייזמענטס נאר וועט אויך ארויסברענגען די מיליאנען פרישע - פאלשע און אמת'ע - שטימען וואס אבאמא האט אריינגעברענגט אין דעם שטימען פראצעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 18:08 לינק ישיר 

ס'קוקט מיר אויס אז סענעטאר מקעין פירט א היבש אומ'באלומפער'טע קאמפיין. גאנץ מעגליך ווען ס'וואלט געווען געלט וואלט אנדערש געווען.

אם אין קמח אין קאמפיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 19:28 לינק ישיר 

לויט געוויסע עקאנאמיסטן איז דער מארקעט אומסטאביליטי גאר א תוצאה פון די יעצטיגע אויסזיכטן אז אבאמא וועט ווערן פרעזידענט





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 20:45 לינק ישיר 

נעכטן איז די פאליטישע גאס געווען איבערגעדרייט איבער א שווארצער גוי וואס האט צושלאגן א גוי'טע נאכן זעהן א מקעין באמפער סטיקער אויף איר קאר.

איצט ווערט מען גאר געוואר אז די גאנצע מעשה האט זי אויפגעבאקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2008 20:50 לינק ישיר 

קיינער וויל נישט פאראויסאגן וויאזוי רעיס גייט אויסמאכן אין די עלעקשענס.


עס איז זיכער אז א דגעוויסע פראצענט ווייסע וועלן קיינמאל נישט שטימען פאר א שווארצןו, טראצדעם וואס זיי זאגן עס נישט אפען. די שאלה איז נאר וויפיל דאס וועט אויסמאכן, און צו דאס ווועטזיין גענוג אויסצומאכן אין קעיס פון א ענגע אויסגאנג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 15:05 לינק ישיר 


גייט ער זיין דער קומענדיגער פרעזידענט? איך וואלט אים ענדערש גענומען מיר צו העלפן צונעמען מיין סוכה.




קרעדיט:http://www.drudgereport.com/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2008 19:42 לינק ישיר 

חכמים הזהרו בדבריכם!


נישט שרייבן אזעלכע זאכן וואס קען אויסקוקן ווי ראסיזם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מקעין איז קאפוט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext