כ'האב נישט געוואלט שרייבן חול המועד, אבער פערצופאל דאס מאל האט ער מיר זייער אנטוישט.
דער ארטיקל איז טייל פון א סעריע ארטיקלען וועלכע לויפט שוין יארן לאנג, און זענען בדרך כלל ממש אויסצוגיין פאר זיסקייט. איך לייען אסאך היימישע צייטונגען און מאגאזינען (לאו דוקא אויף אידיש), און איך מיין אז די דאזיגע סעריע איז די בעסטע זאך וואס איך האב נאר אמאל געטראפן אין א היימישע אויסגאבע [אין משפחה קען זיך אמאל אמאל פארווארפן א ענליכע ארטיקל, ווי צב"ש גרילק'ס שילדערונג בעפאר די פאריגע וואלן פון די 'מלחמה' אין פאנעוויזש מיט אולמערט'ס קדימה - וואס האט זיך אגב ארויסגעשטעלט אלס הוילע בחירות פראפאגאנדע - אדער דער סאטירישער ארטיקל מיט העכער צען יאר צוריק איבער די רעפארמער'ס קאנספיראציע צו שמד'ן זיך אין 2000, אד"ג].
אבער אנדערש ווי געווענליך, ווען סיני פירט אריין דעם ליינער אין א אנדערע וועלט און מאכט אים שפירן כאילו ער איז נעבן בית המקדש, האט ער דאס מאל זיך צופיל ארומגעדרייט רינגס און ארום אן מיטנעמען מיט זיך דעם ליינער.
כ'קען אים פארשטיין, פארט איז פאראן ווייניג אין אונזערע מקורות איבער די פאקטן פון שמחת בית השואבה, פארט האט עס נישט געמאכט דעם יו"ט פאר מיר. זעהט אויס איך גלייך מער ווען ער צונעמט יענע יארן דורכ'ן פערספעקטיוו פונעם איינצעלנעם פערזאן - ווי די ביכער סעריע פון "אשרי עין ראתה זאת".
 |
|
|