בית פורומים כל העולם כולו

אשרי עין ראתה כל אלה, שמחת תורה בצל הקודש פון רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/10/2008 21:24 לינק ישיר 
אשרי עין ראתה כל אלה, שמחת תורה בצל הקודש פון רבינו שליט"א

דעקלעראציע
א גוטע וואך א גוט יאר דער אייבישטער זאל העלפן מען זאל אלעס גוטס האבן אויס גע'פועל'ט

איך קען נישט אנהייבן באשרייבן דעם יו"ט איך ווייס נישט ווי אין איך ווייס וואס

ווער ס'קען זאל עס באשרייבן

אבער איין זאך יא, א ניי ביהמ"ד דארף מען דרינגעד,ווייל יו"ט איז געווען סכנת נפשת ממש
איך האף אז קהל נעמט דאס ערנסט אין באטראכט 
ווי מען איז געשטאנען אין געגאנגען איז געווען אנגעלייגט מיט אלפים יודען
מען דארף א פעסילעטי וואס לכה"פ פיר מאל אזוי גרויס ווי דאס יעצטיגע ביהמ"ד


==============
רבי יונה
די גאנצע יו"ט איז געווען גאר דערהויבען עס איז ממש אומבאשרייבלעך.

סתם פונקטן וואס איך טראך איצט.

שמיני עצרת ביינאכט האט מען גענדיגט די הקפות כמעט 12 אזייגער די הקפות האט גענומען 3 אהאלב שעה, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.

ביי די 6 הקפה היינט איז געווען שרעקליך, עס איז געווען עוטלה על כולנה, סאיז געווען סכנת נפשות, די הצלה האט ארויסגעפירט 7 מענטשען פארחלשט, די געדרענג איז געווען אומדערטרעקליך.

ר' ישעי' אשר לעוו פון לאנדאן האט עולה געווען שמיני עצרת ביינאכט.

הנגיד ר' הערשל לאנדא פון בארא פארק האט געקויפט פתיחה ביי גשם פאר 14 טויזנט דאלער.

הנגיד ר' אברהם שמואל כהנא פון בארא פארק האט געקויפט אתה הראת פאר רבינו שליט"א פאר 12 טויזנט דאלער.

די עלטסטע איד ביי די הקפות איז געווען רבי מאיר לייב גאלדשטיין אין עלטער פון 102 ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט.


==================
גאסט
פאר אינטערעסאנטקייט, ר' מאיר לייב גאלדשטיין לאויש"ט איז נאך געפארן צום עצי חיים

=================
טאטלע

איך וויל דא שרייבען א ווארט פין רבין דעם יום טוב וואס האט מיר זייער באנימען                                                                           די רבי האט געזאגט אז סוכות שאקעלט מיט די ד מינים די אתרוג איז אקעגען די לב די לולוב קעגען די שדרה ערובות קעגען שפתים הדסים קעגען עינים            שמחת תורה שאקעלט כביכול דער רבש"ע מיט אונז ווען אונז טאנצען הקפות           אבער פירט אויס די רבי רבש"ע  ווען אונז קויפען ד מינים מיז דאס זיין  "גאנץ" סקען נישט זיין חסר  איז רבש"ע אז די ווילסט שאקעלען מיט אונז די נעניעם מוז מיר אויך זיין "גאנץ"               פאר וועם מען דארף דאס מסביר זיין זאל דאס קיינמאל נישט פארשטיין  
======================



 

המשך ימי החג בצילא דמהימנותא של רבינו שליט"א

 

שמיני עצרת צופרי רבינו אריינגעקומען בערך 10:30, געענדיגט דאווענען בערך 4:00

 

קידוש אין די סוכה רבינו שליט"א געזאגט הערליכע דברי תורה אויף אמונים אשר נאספו

 

ביים געזעגענען די סוכה איז געווען א הערליכע דרוש

רבינו שליט"א זייער ווארעם אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב

 

נאכן געזעגענען די סוכה, אין ביהמ"ד ביים טאנצן האט אינמיטן רבינו שליט"א געזאגט.

א בחור איז אריינגעקומען צום טאטן ז"ל א טאג נאך שמחת תורה בעטן הדרכה אויפן נייעם זמן, בתוך הדברים האט אים דער טאטע געפרעגט צו ער איז געווען נעכטן ביים באגלייטן, האט ער געענטפערט יא, האט דער טאטע געפרעגט האסט געזען דעם גרויסן ציבור, האט ער געזאגט יא, האט אים דער טאטע געזאגט, באמת איך פארנעם נישט די גאנצע זאך, נאר וואס זאל איך טון איך האב נישט קיין ברירה איז מוז סובל זיין.

האט דער רבי אויסגעפירט, דער טאטע ז"ל איז באקאנט ער איז געווען א געוואלדיגער בעל מדות, ספעציעל איז ער געווען א געוואלדיגער סבלן, איך בין נישט אזא סבלן ווי דער טאטע און איך קען דאס נישט פארנעמען, און איך וויל דאס מבטל מאכן, וויל איך בעטן יעדען איינעם, מען וועט זיך אי"ה געזעגענען מארגן דא אין ביהמ"ד, און איך וויל נישט היינט און נישט מארגן אז מען זאל מיטקומען מיט מיר אהיים.

און ווי די עסקנים געבן איבער האט שוין רבינו שליט"א סיון תשס"ז ביים שבת באווארפן פון בן הגה"צ אב"ד סאטמאר וומסב"ג שליט"א, וואס ווער עס געדענקט האט מען דאן צוגעגרייט א גרויסע באגלייטן, און רבינו שליט"א איז אריין אין זיין שטיבל און נישט געוואלט ארויסגיין ווילאנג דער עולם צוגייט זיך נישט, האט דאן איינער פון די ראשי קהלה געטענה'ט מיטן רבין און געפרעגט מה נשתנה פון שבועות, פארוואס יעצט לאזט נישט דער רבי, האט דער רבי געזאגט איך וועל נאך דאס אי"ה אויך מבטל זיין.

 

שמחת תורה ביינאכט ביי די הקפות איז רבינו ערשינען פונקטליך 12:30 צו מעריב.

בערך 1:20 האט מען אנגעהויבן די הקדמה ביז בערך 3:20 האט עס געדויערט, דער רבי האט זיך דריי מאל אפגעשטעלט זאגן תורה. איך וועל פארשרייבן תמצית וואס איך געדענק, ווער עס קען מוסיף זיין מה טוב ומה נעים.

די ערשטע תורה האט דער רבי נאכגעזאגט וואס דער דברי יואל ברענגט פון ראפשיצער רב אז שמחת תורה זאגט מען המלך ווייל ס'האט קדושת יום הכיפורים, דער רבי האט דערציילט פון ברך משה אמאל אין די שווערע צייטן האט ער געזען דעם טאטן דער עצי חיים ווי ס'איז ערב יום הקדוש און דער עצי חיים האט אים געבענטשט ברכת כהנים.

מיט א קול בכי האט דער רבי אויסגעפירט, מיר גלייבן אלע אז דער טאטע איז יעצט דא מיט אונז, יום הקדוש ביינאכט בענטשט יעדער טאטע זיין קינד, אין אזא הייליגע נאכט ווי שמחת תורה וואס ס'איז ווי יום הקדוש בעט איך דעם טאטן, טאטע בענטש מיך.

דער רבי האט דערציילט די מעשה וואס דער ליסקער רב האט געזאגט ער האט געזען דעם ישמח משה שטיין ביי זיין ציון מיט די הענט אויסגעשפרייט ווי ביי ברכת כהנים און בענטשט דעם ציבור.

האט דער רבי געזאגט דער טאטע איז דא מיט אונז, און בענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים, א ברכה כללית און א ברכה פרטית.

 

ביי די צווייטע תורה האט דער רבי ארומגערעדט וואס איז די שמחה ווען מיר ווייסן אז מיר האבן גארנישט געלערנט במשך דעם יאר, און אפילו מען זאגט צו מען גייט זיך פארבעסערן פאריאר איז דאך געווען די זעלבע זאך.

תמצית האט דער רבי אויסגעפירט אז ס'איז על שם העתיד, לעתיד ווען משיח וועט קומען וועט זיין וכל בניך לימודי ה', אלע אידן וועלן זוכה זיין צו לערנען תורה מיט א עמקות און מיט א עיון, ממילא פריידט מען זיך על שם העתיד.

און דער רבי האט שטארק מעורר געווען יעדער זאל זיך קובע זיין עתים לתורה כפי יכלתו.

 

ביי די דריטע תורה האט דער רבי ארומגערעדט פון ויגבה לבו בדרכי ה', א מענטש זאל וויסן זיין חשיבות ביים אייבערשטן, וויסן ווען מען דארף זיך פירן בענוה, און ווען פארקערט.

 

בערך 3:30 האט מען אנגעהויבן די ערשטע הקפה, 5:15 האט מען געענדיגט ליינען נאך די הקפות.

 

אגב ארויסברענגן א געוואלדיגע דאנק פאר די חשובע גבאים ועסקנים וואס האבן אזוי גוט מסדר געווען די מנינים צופרי און דאס עולה זיין אלעס זאל גיין געשמירט, יישר כחכם

 

 

צופרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען 11:45

1:30 האט מען אנגעהויבן די הקפות

5:45 האט מען געענדיגט די הקפות

צופרי האט זיך אויך דער רבי אפגעשטעלט זאגן תורה 3 מאל ביי די הקדמה און איינמאל פאר די זעקסטע הקפה מעורר געווען אויף קדושת היסוד

 

די זעקסטע הקפה צופרי איז דאך נישט צום באשרייבן

 

איך וועל האבן באלד מער צייט וועל אין בלי נדר ווייטער שרייבן, ווער ס'האט צייט זאל מיר ביטע איבערנעמען

 

אגב וויל איך פרעגן דוד46 וואס איז דעשען מיט אומרוען נביאות וואס ער האט פארגעזאגט

איינער האט גוט געזאגט דעם יו"ט, רבינו שליט"א איז זיך נוהג צו פירן פרייטאג צו נאכטס טיש מיט די בחורים, און הגז"ל איז נוהג צו פירן הקפת שמחת תורה ביינאכט נאר מיט בחורים, ווער עס איז נישט געווען דארט וועט נישט פארשטיין וואאס איך מיין.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אשרי עין ראתה כל אלה, שמחת תורה בצל הקודש פון רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext