מ'גייט צו בחירות אין מדינת ישראל
לבני איז דורכגעפאלן אין אריבערברענגען ש"ס צו די קאאליציע, און ווי ס'שיינט קען מען זיך אנהייבן גרייטן פאר פרישע בחירות אין מדינת ישראל.
ס'קען זיין אז ביז זונטאג - איר אייגן באשטימטער דעדליין - וועט זי אויפשטעלן א ענגע לינקע רעגירונג, אבער דאס וועט זיין גאר א יונגע רעגירונג [ברק מיט לבני וועלן קיינמאל זיך דורכקומען], געצילט בלויז צו ערמעגליכן פאר לבני צוצוגיין די וואלן פון די פאזיציע פון ראש הממשלה (ראשת הממשלה...).
|
|