CB1 האט אין זיך בערך 5 מענטשן וואס באלאנגן צו UJO אריינגערעכנט משה דוד נידערמאן פערזענליך. און ווי די רעקארד'ס ווייזן האט משה דוד נידערמאן וכת דילא געשטימט לטובת דעם גאנצן קענט עוועניו פראיעקט און די איינצעלע 2 וואס האבן געשטימט דערקעגן איז ר' דוד אהרן וויינשטאק און א גוי.
ר' ארי' לייב וועט אי"ה ארבייטן דעראויף, UJCARE וועט פראבירן צו טוען וואס מעגליך. אין פאקט האבן זיי שוין היינט געארבייט דערוועגן און ארבייטן ווייטער ביי די DOT. לאמיר האפן אז זיי וועלן עפעס אויס'פועל'ן.
נשלח ב-27/10/2008 00:47
אודאי ארבעט ער, נאכדעם וואס הרב נידערמאן האט ערלעדיגט איז ער דא צו נעמען די קרעדיט
נשלח ב-27/10/2008 00:52
דודל הרב נידערמאן האט ארלעדיגט וואס די רעדסט היינט עפעס שרעקליך ברמיזה
נשלח ב-27/10/2008 01:47
יונה'לע : מען ברויך פארפירען און שרייען די מצב איז איום ונורא. ... האהאהאהאהא
ווי ביסטו מיט דיינע חברים געוען היינט ביים פראטעסט וואס די שכינים האבן געמאכט?
ווי זענען דיינע פר(ט)עטער פין UJCAIR ??
משה דוד מיט נאך אייניגע אידישע פירער האבן זיך יא באטייליגט און ארויסגעברענגט די ווייטאג פין די שכינים
מן הסתם האבן זיי נישט געוויסט אז די MEDIA וועט דארטן זיין, ווייל זיי גייען נאר דארט ווי מען קען כאפען בילדער
איך האב מורא אז מען וועט דיך פייערען פונעם "בלאט" פארן ארויסגעבן סודות פין חדר
די רעדסט צופיל
נשלח ב-27/10/2008 11:33
זעהט נאויס אז נידערמאן גייט באקומען פראצענט'ן פון די אלע פארקינג טיקעטס וואס מענטשן גייען באצאלן וועגן דעם האט ער מיטגשטימט
נשלח ב-27/10/2008 15:22
חייםחייקל, ביסט א טיפיקל זאלי. שרייבסט א מעשה אויסגעזויגן פון פינגער אנע טראכטן אז נאך איינער איז דארט געווען און וועט דיר כאפן ביים פשוטן ליגענט.
די שרייבסט אויבן: "ווי זענען דיינע פר(ט)עטער פין UJCAIR ?? משה דוד מיט נאך אייניגע אידישע פירער האבן זיך יא באטייליגט און ארויסגעברענגט די ווייטאג פין די שכינים"
להוי ידוע. משה דוד מיט זיינע אזויגערופענע אידישע פירער זענען "נישט" דארט געווען! אויב זענען דארט געווען אידישע פאטרעטער זענען דאס נאר עסקנים פון UJCARE.
גרשי שלעזינגער איז דארט געווען, אייזיק ווויינבערגער איז דארט געווען, אברהם יעקב לעווי איז דארט געווען, אברהם יצחק אבראהאם - משה דוד'ס בלוט שונא - איז דארט געווען און ער האט דאס פאררופן. און אזוי אויך נאך אינגעלייט, עסקנים פאר UJCARE.
איין שמעון ווייזער איז דארט געווען, וואס איז אויך פאריאגט געווארן פון דארט מיט ביזיונות פארן פראבירן צו מאכן א טומל דארט ווי עס באלאנגט נישט.
משה דוד קומערט זיך נישט מיט די ווייטאג פון די שכינים, ער איז דער וואס האט עס עפראווד, ער איז דער צינדער זאל ער נישט פראבירן צו לעשן.