בית פורומים כל העולם כולו

באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2008 23:47 לינק ישיר 

דעם וואס האט געפרעגט איבער ענערגיע. פערזענליך האלט איך אז ס'איז דא די מעגליכקייט צוצושטעלן ריינע ענערגיע פאר א גרויסן טייל פון אמעריקע, אפשר נישט אין צען יאר און זיכער נישט פאר ביליג, אבער איך בין פולקאם איינשטימיג מיט על גאור אז דאס איז די וויכטיגסטע טעמע וואס דארף יעצט ליגן אין שפיץ פון די רעגירונג אנגעלעגנהייטן (אינאיינעם מיט מעדיקעיר, סאשעל סעקיוריטי איז נישט אזוי וויכטיג פאר היימישע אידן וואו כיבוד אב איז ב"ה אין פולן קראפט), אפילו אויב גלאבאלער אנווארעמונג איז בלויז אן איינרעדעניש.

איך בין איבערצייגט אז אבאמא וועט נישט דערגרייכן דעם ציל וואס ער האט זיך געשטעלט, ספעציעל יעצט מיט די שווערע עקאנאמיע, אבער ער וועט זיכער זיך בעסער אפגעבן דערמיט ווי מעקעין, און דאס איז ביי מיר א שטארקער פּלאס. תוקן על ידי - אפשר_דאך - 28/10/2008 23:51:07

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2008 02:18 לינק ישיר 

איך האב מורא אז איר האט מיר נישט פארשטאנען, אדער האב איך פשוט נישט גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט.

אלע יארן פון ווען די וועלט שטייט זענען די רעגירונגען געווען גאר שטרענגע אין אלע הינזיכטן, גערעכט טאקע אז א גוי איז א גוי, און פון אן א עבירה האט ער גאר ווייניג מורא, אבער א גוי האט אייביג געהאט א זעלבסט-רעספעקט, אזויווי איך האב אויבן געשריבן.

די היינטיגע ליבעראליזם האט געברענגט אזא חורבן אויף אמעריקע, פאר נישט צו לאנג צוריק האט מען נאך געקענט גיין זומער אין מאנהעטן מיט אראפגעלאזטע אויגן (פרעג נאר האקאבו, ער איז נאך פונעם עלטערן דור), היינט קען מען דאס שוין אויך נישט.

איך האלט אז די רעגירונג איז די איינציגסטע וואס קען פרובירן צו אביסל צוריקהאלטן דעם גוי, און די קאנסערוואטיווע זענען טאקע די וואס שרייען אז די רעגירונג קען נישט צולאזן דאס הפקירות.

דאס וואס איך האב גערעדט פון קלינטאן, האב איך ניטאמאל געמיינט זיינע סקאנדאלן, איך האב בעיקר גערעדט פון זיין בכלליות'דיגע אויפירונג, איך האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען ווי ווייט אמעריקע האלט שוין, ווען דער פרעזידענט איז א עמך גוי איז עס גאר א מעלה, (וועגן זיינע סקאנדאלן רעד איך ניטאמאל, דאס האט דאך אינגאנצן צוגרונד געלייגט דעם אימעדזש פונעם פרעזידענט).

ווען דער פרעזידענט פירט זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש לאזט דאס איבער א געוויסן רושם אויף יעדע גוי, א פרעזידענט איז א מענטש וואס דארף ציען צו זיך א רעספעקט, און איך האלט אז אויב מקעין וועט זיין פרעזידענט וועט דאס ווייסע הויז ציען אסאך א שטערקערע רעספעקט ווי דער  אבאמא.

נאכאמאל, איך רעד בעיקר איבער די קאנסערוואטיווע אידעלאגיע, וואס איך האלט איז מער ריכטיג תורה'דיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2008 05:32 לינק ישיר 

אפשרדאך
דיינע ווערטער זענען זיך סותר.
אויב גלאבאלע ווארימונג איז א איינרעדיניש, דעמאלס פארוואס דארף מען ריינע ענערגיע??????????????
פארוואס זאל מען באצאלען טייער ווען עס קען זיין ביליג???

דבריך צריכין ביאור גדול.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2008 15:52 לינק ישיר 

רבותי, נאך עטליכע טעג ביז דער פסוק ווערט מקויים במלוא מובן המילה: עבד כי ימלוך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2008 19:41 לינק ישיר 

האסטו געהערט אדער געליינט על גאור'ס רעדע דערוועגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2008 03:03 לינק ישיר 

זשאן קאלבערט פרעגט גוט, סאו אויב אבאמא געווינט מיינט עס אז אמעריקע איז א באנדע סאשעליסטס און קאמוניסטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע! אבאמא איז לכאורה א באהאלטענער קאמוניסט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.