איך קים יעצט פין א מיטניג אין ראס גראדען פין UJCARE מיט גרויסע אפיצלע געסט פין די אבאמא קאמפיין,
ווי מען האט ארים גערעדט פין האזינג, עדיוקעשען ,אין דארט איז אויך געווען אבאמא'ס הויפט יודישער געהילף,
פלוצלים עפענט זיך די טיר. נישט צים גלייבן ווער ס'קומט אריין ,
משה דוד נידערמאן
מענצער אין גאדלבערגער
דער הפקר יונג שלום דייטש
אברהם יעקב פריעדמאן
פיצי פריעדמאן
זיי וואקן אריין אין זעצן זיך אראפ,איך קען ענק איין זאך זאגן אז נידערמאן איז אפגעקומען אלע עבירות
זיין קאמפעטישן פין 4 חדשים איז אים איבערגעוואקסן אין אלע הינזיכן איז דאס האט ער געמיזט צי קוקן מיט די אייגענע אויגן,
צי סוף האט שלום דייטש זיך אנגעריפן אז זיי זענען עכט געקומען צי די פאטא אפ
וואס מען האט זיי נאכגעגעבן
נשלח ב-31/10/2008 00:16
שוטה'לע
די אבאמא קאמפיין איז געווען דעם חול המועד אין וומס"ב וואו זיי האבן זיך באגעגענט מיט די קהילות פארשטייער.
נשלח ב-31/10/2008 00:24
דוד דיין ווייטאג איז א נאטורליכע ווייטאג.
נשלח ב-31/10/2008 00:24
דוד איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט דעקלעראציע רעדט פין עפעס וואס איז היינט געווען ווי קימט דא אריין חול המועד
נשלח ב-31/10/2008 00:33
דוד, זאג נאר די נעמען פון די אבאמא חברה וואס זענען געווען אין יענער סוכה'לע און פרעג זיך נאך ווער עס איז היינט געוען ביים מיטונג אין ראוז גארדען.
נישט סתם אזוי האט זיך UJO געבראכן און געקומען צו די מיטונג אפילו עס האט זיי זייער נישט געשמעקט.
משה דוד נידערמאן מיט זיינע באגלייטער זענען אנגעקומען צום סוף פון דער מיטונג, איינמאל ווען משה דוד האט אריינגערעדט איבער א געוויסע זאך האט זיך אנגעריפן דער סיטי HPD קאמישענער און יעצטיגער הויפט אבאמא קאמפיינער אין ניו יארק אז "מיר האבן שוין פריער גערעדט דערוועגן מיט ראביי גלאנץ"...
זיי האבן מיטגעברענגט א אייגענער פאטאגרעפירער ווי זיי האבן געבעטן אז זיי ווילן האבן א עקסטערן בילד ווי עס הענגט נישט קיין סיין פון UJCARE, א זאך וואס מ'האט זיי גערן נאכגעגעבן.
וואו שטייט דא איין ווארט יו-דזשעי-קעיר. (יעצט באקומען אין אישית פון Obama_2040 וועלכער האט נישט קיין רשות כתיבה)
נשלח ב-31/10/2008 00:56
די מיטינג איז פארופן געווארן דורך די אבאמא קאמפיין וועלכע האט גערופן הרב נידערמאן, הרב מענצער, מיט ר' אברהם יעקב פריעדמאן.
ווען זיי זענען אנגעקומען זענען די אהרונים שוין געווען דארט.
ווען די אהרונים האבן געזען ווי די הרב נידערמאן מיט זיינע באגלייטער נעמען פיקטשערס מיט די אבאמא קאמפיין, האבן זיי שנעל ארויסגעשלעפט א סיין פון יו-דזשעי-קעיר, כדי אזוי צו כאפן בילדער פון זיך מיט די אבאמא קאמפיין. (א פלא אז הרב נידערמאן מיט זיינע באגלייטער זענען אנגעקומען 4:45 – 15 מינוט שפעטער ווי די אהרונים — און די אבאמא קאמפיין האט ערשט מיט זיי זיך פאטאגראפירט. אפשר איז עס גאר א חוצפה פון די אבאמא קאמפיין צו טאן אזא זאך ביי א יו-דזשעי-קעיר מיטינג...).
במשך די מיטינג האט דארט נישט געהאנגען קיין שום סיין.
(אינפארמאציע באקומען אין אישית פון Obama_2040(
נשלח ב-31/10/2008 01:01
דוד46 כתב:
שוטה'לע
די אבאמא קאמפיין איז געווען דעם חול המועד אין וומס"ב וואו זיי האבן זיך באגעגענט מיט די קהילות פארשטייער.