די גולשים ווערן מכובד צו זאגן א מיינונג ווער וועט אריינקומען אלס קומענדיגער פרעזידענט, מיט וויפיל פראצענט, וויפיל
עלעקטארעלס, און צו וועמען ער איז גענויגט.
תוקן על ידי - דוד46 - 31/10/2008 1:10:05
נשלח ב-31/10/2008 01:16
מיט וויפיל ניקס מעג איך שטימען?...
נשלח ב-31/10/2008 01:17
מיט אזויפיל וויפיל דו שטימסט אין וואוטינג בוט...
נשלח ב-31/10/2008 03:30
א מוראדיגע פאול..
נשלח ב-31/10/2008 04:02
א טיי 269 קעגן 269
נשלח ב-31/10/2008 04:05
דוד דאכט זיך אז פריער האסטו ארום געדרשנט אויף א אנדערע אשכול ווי מצילייגט די באגאבונדען אין די לוזערס פון די "אזויגעריפענע" וומ"ס משתלטים שלום דייטש [מיט די סעלפאון] אין מ. ד. נעידער-מאן [טרינקט א קאווע שטייעדיג]. נו ווי ביזטו אהער געקומען ??? האסט אלעס אזוי פלוצים איבער געלאזט? מוועט נאך מיינען אז די ביזט א טשיקען אין די זיכסט צו פארדרייען די אומבאטעמטע אנגעווייטאגטע שמועס [קענסט צוריק קומען מיט אצווייטע ניק אויך דאס מאל]
נשלח ב-31/10/2008 04:45
איך האלט אז אבאמא וועט געווינען שטארק, איך טראכט נישט צו וואויטן פאר קיינעם פון זיי.
נשלח ב-31/10/2008 16:02
kj2008, איך בין נישט איינשטימיג מיט דיר, "אויב" אבאמא וועט געווינען, וועט ער דאס זיכער נישט געווינען "שטארק".
די אנקעטע'ס ווערן וואס א טאג פאראויס צו די וואלן שמעלער און שמעלער. מקעין הייבט זיך יעצט אין פענסעלוועניע, ווי ער האט א מעגליכקייט אוועקצונעמען א שטאט מיט 21 עלעקטראל'ס וואס איז געגאנגען די לעצטע פאר מאל פאר די דעמאקראטן.
דער אויסגאנג פון די וואלן גייט זיין גאר א שמאלער, ליבי אומר לי אז עס גייט נאך אנקומען אין געריכט, אדער עכ"פ דינסטאג נאכט וועט מען נאכנישט וויסן קיין זיכערער געווינער.
דוד, ענקערע וואלען און פאולס פאר קהל יטב לב האבען בערך דעם פנים ווי דעם פאול!
נשלח ב-31/10/2008 20:30
איך האלט די זעלבע ווי שפיטצער, א שמאלע געווינס פאר אבאמא, און מען קען גארנישט פאראויס זאגן.
מיין פרעדיקשאן. קומענדיגע וואך וועל איך מעגליך טוישן מיין מיינד.
עלעקטארעלס:
אבאמא 291
מקעין 247
נאציאנאל:
אבאמא 50%
מקעין 49%
סענאט:
דעמאקראטן וועלן צובאקומען 5 זיצן.
קאנגרעס:
דעמאקראטן וועלן צובאקומען 20-25 זיצן.
איך האלט נישט אז מען קען פאראויס זאגן, נאר אויב איינס פון מיינע שאצונגען וועלן זיך ארויסשטעלן צו זיין ריכטיג וועל איך קענען זאגן "קוק, איך האב געוויסט"...