2) מהיום ולהאה זאל די TINES טוישן די קאליר פון די בעג, צו א פשוט'ע בעג פון די סאטמאר בוטשער 82 ליע עוועניו... וואס די גרענד ראביי וועט זיי צושטעלן. כדי נישט יעדער זאל קענען כאפן בילדער און חלילה מטמא זיין די יוגענט...
3) אויך האט מען געלייגט א שטרענגע פארארדענונג, אז פון היינט און ווייטער, וועט די TIMES מוזן קאלן איידער זיי ווארפען אראפ דאס הייליג פעקל... כדי דער משב"ק זאל עס שוין אפנעמען, און עס זאל זיך חלילה נישט דרייען דארט כדומן על פני השדה...
אויב וועט דער TIMES נישט איינהאלטן איינע פון די תנאים, וועט מען זאפארט סוויטשען אינגאנצן צו די POST, אן קיין טענות ומענות.
נשלח ב-2/11/2008 23:26
באקומען אין אישית פון obama 2040:
דער לוזער יונה האט זיך דערמאנט. דאס שפיל פון די אהרונים צו שיקן דעם טיימס צום הויז פון סאטמארער רבי'ן שליט"א האלט שוין אן א לענגערע צייט.
קיש וואלי האט היינט געזאגט ביי גרינ'ס רעסטעראנט אז ער האט גרויס הנאה פין די בילד
ווייל ער האט געוואלט אז הגז"ל זאל נאר ליינען דעם טיימס
אין נישט דעם ניו יארק פאוסט
נשלח ב-3/11/2008 05:09
גאנץ א גוט שטיקל פין די אהרונים צי באשטעלן דעם טיימס פאר מהרז"ל
אין די פארגאנגאנע וואך ציען זיי ארויף א סיין ביי עפעס א פרעמדע פארזאמלנוג ( פין די אבאמא קאמפיין ) איך זע די אהרונים שלאפן נישט
נשלח ב-3/11/2008 06:06
דער בירך משה זצ"ל איז געווען א טעגליכער ליינער פון דעם ניו יארק טיימס ווען ער האט נאך געוואוינט אין בארא פארק.
נאנטע פארציילן אז ווען ער פלעגט ענדיגען ליינען דעם טיימס פלעגן די עלטסטע צוויי זין דאס איבערנעמען. ר' ליפא פלעגט עס דורכליינען און ר' אהרן פלעגט קוקן די פיקטשערס!
נשלח ב-3/11/2008 06:14
סא קיוט, הבדלה, ביזט שוין אריבער אין א נייע חדר? ווי זוי הייסט דיין נייע רבי?
נשלח ב-3/11/2008 08:35
סאיז טאקע נישט קיין גרויסע סוד אז די ברך משה פלעגט לייענען דעם טיימס און הערן ראדיא. יעדער וואס האט געוואוינט אין בארא פארק האט דאס געקענט זעהן, און לויט וויפיל איך האב פארשטאנען האט ער אפילו נישט געמאכט קיין גרויסע סוד דערפון וויבאלד ער איז געווען א פשוטער איד וואס האט נישט געזוכט צו ווערן רבי און האט דערפאר אויך נישט געזוכט צו איינרעדן די גאנצע שטאט אז ער איז א צדיק וכדו'.
מ'זאגט אז איינער האט אמאל געפרעגט ר' אהרן אלס בחור, היתכן ער לייענט דעם טיימס האט ער געענטפערט בלשון קדשו "איך לייען דעם טיימס?? חס ושלום!! איך קוק נאר די בילדער......"