בית פורומים כל העולם כולו

דינסטאג נאכט 9:00

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/11/2008 21:23 לינק ישיר 
דינסטאג נאכט 9:00

דינסטאג נאכט, 9:00, מעקעין נעמט ארויס א קנאבל און שמירט עס ארויף אויפן ברויט, און באפעלט ס'ווייב אריינצולייגן די פאלשע צעהן אין וואסער טעפל, און גייט שלאפן.

די סיקרעט סערוויס, די רויטע אמבולאנס, די געפאנצערטע לימוזין, אלעסשטייט שוין גרייט אין שיקאגא.
 גענוי אוםי 9:00 עפנט דער ווייסער שאפער אויף די אויטא טירן פארן נייעם שווארצן פרעזידענט און עס ווערט שווארץ אין אמעריקע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2008 21:45 לינק ישיר 

* http-equiv="Content-Type" content="text/html; charset="utf-8""> * name="ProgId" content="Word.Document"> * name="Generator" content="Microsoft Word 10"> * name="Originator" content="Microsoft Word 10"> *--[if gte mso 9]> Normal 0 MicrosoftInternetExplorer4 *[endif]**--[if gte mso 10]> *[endif]*

דאס איז אלעס ביז דער נייער פרעזידענט עפענט זיך דאס מויל! דאן ווערט אלעס ליכטיג אהא___ אהא___ שניי ווייס!

לאנג זאל לעבן דער נייער פרעזידענט!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2008 21:45 לינק ישיר 

איך אנטשולדיג זיך אויב איך האב איינעם וויי געטוהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2008 21:57 לינק ישיר 
פארוואס האט מקעין פארלוירן?

אזויווי מען קען שוין זאגן פרעזידענט עלעקט באראק אבאמא, דארף מען נישט ווארטן אויפן טיים און ניוסוויק פון מיטוואך אינדערפרי צו אפשאצן דער געווינער און פארלירער.

ראש וראשון, ס'איז נישט קיין סוד אז מקעין האט געפירט גאר גאר א שלעכטן קאמפיין, מיר האלטן שוין 08' למס', און מר. מקעין האט געפירט אזא דורכגעפאלענע קאמפיין וואס מ'האט שוין נישט געזעהן יאר'ן. נאך די וואלן וועלן אוודאי ארויסקומען אז די קאמפיין סטעף האבן זיך ארומגעקריגט מיט די הענט און פיס.

מקעין האט געהאט א הויפן מיט מעכטיגע אמונאציע, אמונאציע וואס יעדער פאליטישאן וואלט זיך באלעקט די פינגער נאר צו טראכטן דערפון, אנשטאט דאס צו נוצן, האט ער דאס געלאזט פארדזשאוועט ווערן, און ווען ער האט דאס שוין יא געוואלט אנפאנגען ניצן איז דאס געווען אזוי "ראסטיג" אז עס האט אים געהאלפן אויף כפרות.

צווייטענס, באראק אבאמא האט געפירט א געלונגענעם קאמפיין וואס מען האט נאך קיינמאל געזעהן, יארן וועט נאך געדויערן אפצושאצן ווי מעכטיג דער אבאמא קאפיין איז געפירט געווארן, אזוי שנעל און אזוי גוט אפצוענטפערן יעדע איינציגסטע אטאקע. נישט צום גלייבן ווי א גוטע קאמפיין קען אלס אנקומען.

ואחרון אחרון חביב, די מידיא, די מידיא האט גענומען אזא איינזייטיגקייט אינעם קאמפיין ווי קיינמאל בעפאר, א זאך וואס מען קען נישט באגרייפן אין די היינטיגע פרייע וועלט.

וויאזוי פרעזידענט אבאמא וועט פירן אמעריקע קען מען נישט פאראויס זאגן, מ'קען גלייבן אז ער וועט האבן די זעלבע אויסערן פאליטיק פאליסיס ווי די געוועזענע פרעזידענטן קלינטאן און קארטער וועלעכע האבן ביידע איבערגאלזט א שווערע ארבעט פאר זייער נאכפאלגער.

ביז דערווייל גרייט מען זיך שוין צום 12' פארמעסט, מיט ראמני איז לכאורה דער שטערקסטער קאנדידאט, מען שפעקולירט צו מרס. פעילין וועט אויך לויפן, נאכדעם וואס די מידיא האט איר שוין ערלעדיגט, מעגליך אויף אייביג.

וואס זיכער איז זיכער: ס'איז משיח'ס צייטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2008 22:58 לינק ישיר 

אפילו דער דעמאקראטישער סטראטעגיסט דזשעימס קארוויל זאגט אז די סיבה פארוואס מקעין גייט פארלירן איז נישט ווייל ער האט געפירט א שלעכטן קאמפיין, נאר פשוט ווייל דאס יאר גייט אלעס קעגן די רעפובליקאנער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2008 01:11 לינק ישיר 

זשעימס קארוויל איז א פארברענטער קלינטאן שטיצער, ער האט שוין מערערע מאל דורכאויס דעם קאמפיין פרובירט צו מינימיזירן אבאמא'ס מאכטפולן מאשין וואס ער האט אויפגעבויט מיט די אייגענע הענט און אפאר געלונגענע רעדעס.

פארט איז ריכטיג אז היי יאר זענען די דעמאקראטן געווען אויסגעשטעלט צו געווינען אפילו נאך בעפאר דעם דראמאטישן קראך אין דעם קרעדיט מארקעט. פאקטיש וואלט מעקעין געווען דער איינציגער וואס וואלט געקענט ארויסקוועטשן א זיג, אבער ערגעץ אינמיטן דעם קאמפיין האט ער גענומען בטעות א פאלשן עקזיט.

ס'איז זייער גרינג צו באשולדיגן דעם דורכגעפאלענעם, אבאמא האט אוועקגעפאקט אין די זייט גענוג א גרויסן זאק מיט טעותים און דורכפעלער לענגאויס דעם קאמפיין וואס מ'קוקט נישט דערויף אין די צייטן פון געווינס. די פאר וואכן וואס אבאמא איז געשטאנען שוואך האבן גענוג דעמאקראטן שוין געטראפן כל ערליי תירוצים פארוואס ער איז 'דורכגעפאלן'.

דער איינציגער ריכטיגער תירוץ אויף אבאמא'ס זיג איז: כי היתה סיבה מאת ה'.

און כ'בין זיכער גרייט אנצונעמען יעדן אויסרייד וואס טוט צואיילן משיח'ס צייטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דינסטאג נאכט 9:00
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext