דעקלאראציע, ווארט, איך בין נאכנישט פארטיג. יעצט וועל איך לייגן די הוענטא רבא תשס"ח בילדער, וויל איך וויסן ווי זענען אומגעקומען אזויפיל מענטשן אין איין יאר?...
דוד, מאנכע טעהנען אז די ביסט אן ארוני, פון די בילדער וואס דיח לייגסט זעהט טאקע אזוי אויס... סיידן אויב די וועסט דערנאך לייגן בילדער פון דייןם רבין וואס וועט ביעטען די בילדער זעה איך נישט פארוואס די טוסט דאס.
נשלח ב-4/11/2008 02:12
לאגיש
איך האב דיר געזאגט אז עס איז א שוואך בילד?
לויט ענקער מהלך געב א קוק די ירידה פון פאריגעס יאר ביז היי יאר!
עקנ זענען די וואס קומען אלץ מיט בילדער צו ווייזן ווער עס איז גרעסער.
אונז דארפן נישט קיין בילדער, און עס אינטערעסירט בכלל נישט ווען ענק שרייען אז ענק זענען גרעסער, און אונז האבן נישט גארנישט.
גייטס אן מיט די ארבעט, אבער א שאד זיך צו נעמען צום הארצן,...
נשלח ב-4/11/2008 02:19
דודל זיי ברוך השם אלע חי' וקים
אין אז סאיז נישט דא קיין פיקטשע מיינט נישט אז סאיז נישט קיין מענטשן
ביי ענק איז נאר דא מענטשן שושן פורים מיט נעילת החג, ווייל צי קיין שטריק גייט מען נישט קיין ערנסטע צייט
באמת טענה'ט מען זיך דא אויף הוילע שטותים, ווייל לויט וויפיל שטריימעך ס'איז געווען מיטל נאכט ביי די "געהויבענע" הקפות אין ראדני גלייב איך אז זלמן לייב וואלט זיך געוואונטשן צו האבן כאטש א פערטל וויפיל טליתים מען זעט אויפן בילד פון תשס"ט.
אבער יעצט צום ענין, איך - ווי נאך הונדערטער אידן - וואוינענדיג אויסער די שטאט קום איך יעדע יאר הושענא רבה נאר צו די דרשה, מען דארף נישט זין קיין חכם צו זען אז די בילדער פון תשס"ח איז בשעת די דרשה, מען זעט ווי יעדער שטייט אויף איין פלאץ, לעומת זה די בילד פון תשס"ט איז ביי די הושענות נאך די דרשה.
יעצט בשעת די דרשה - איך צייל נישט קיין קעפ אבער - מען האט געזען דעם זעלבן בילד א פול געפאקט ביהמ"ד קיעה"ר, ווען נישט מען האט דאס יאר איבערגעמאכט די ווייבער שול מיט אלע אנדערע זאכן וואס מען האט געלייגט האלץ דערויף וואלט איך נישט געזען קיין חילוק צו סאיז פון דאס יאר אדער פאר א יאר.
נאך די דרשה ווען איך בין געגאנגען אין מקוה לכבוד יו"ט האב איך געזען קיעה"ר וויפיל מניניםהאבן זיך געשטעלט צו ענדיגן שנעלער די הושענות, פשוט אידן האבן שטובער מיט קינדער און נישט יעדער קען מיטהאלטן אזא יו"ט במילואו.
יעצט אויף ראדני לאמיר זאגן אז ס'איז מסתם א בילד פון א שעה פארן זמן ווען מען האט געענדיגט דארט דאוענען, אולי לאמיר פרעגן דוד 46 ער איז דאך אוודאי דארט געווען, אינאיינוועגס וועט ער אונז זאגן וואס זלמן לייב האט געטייטשט אויף הושענא ציון המציונת