שארפע בריוו פון ביד"צ העדה החרדית קעגן שמואל רבינוביץ!
ווי עס ווערט יעצט פארעפנטליכט האט ביד"צ העדה החרדית אין א באזונדערן מושב בי"ד אין שפיץ פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און מרן הראב"ד שליט"א, נאכן אויסערן אלע ביידע צדדים, און נאכדעם וואס תולדות אהרן האט געלייגט אומנארמאלע דרוק און געסטראשעט מיט דאס ערגסטע אויב דער ביד"צ וועט ארויסגיין קעגן דעם איבער געבן מירון אין די הענט פון די טמאנ'ע מדינה בראשות דער "רב" הכותל שמואל רבינוביץ.
האט דער ביד"צ ארויסגעגעבן זייער פסק דין פאר אלע הקדשות אז זיי זענען מחוייב צו פירן א מלחמה און ח"ו משתף פעולה זיין מיט שמוליק רבינוביץ.
אזוי אויך ווענדעט זיך דער ביד"צ אין בריוו מיט א רוף צום יהדות החרדית בארץ ובתפוצות צו לוחם זיין בכל הכח קעגן דעם נידעריגן שמוציגן בונד פון תולדות אהרן - שמואל רבינוביץ - מדינת ישראל,
למען ציון הרשב"י לא נשקוט!
בריוו וועט באלד ארויפגעלייט ווערן.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 04/11/2008 23:49:07
נשלח ב-4/11/2008 22:18
דו אומפארשעמטער שמוציאן!
וואס האט דאס מיט תולדות אהרן?
הרב ליכטענשטיין איז שוין נישט אין די ועדה, און עס האט גארנישט מיט זיי.
דא איז דער פרישער בריוו פון בית דין – וירא הקהל וישפוט צו דאס האט מיט תולדות אהרן
נשלח ב-4/11/2008 22:57
רבי איז דער בריוו פון דוד ריכטיג, אדער איז דא אן אנדערע בריוו פון ביד"צ קעגן תולדות אהרן, אזוי ווי דו שרייבסט?
נשלח ב-4/11/2008 23:03
ווי די בת היענה...
שריי שריי מיט די קאפ אריינגעשטעקט אין דער ערד, עס האט גארנישט מיט תולדות אהרן...
געוויטשע הויעך עס האט גארנישט גארנישט גארנישט מיט תולדות אהרן...
גאר מיינט מען אוהל שרה...
בשעת א דאנק און נאר מיט די הילף פון תולדות אהרן איז צושטאנד געקומען די נייע וועד פון רבינוביץ, וואס ער איז א פרעזענדליכער חבר מיטן תולדת אהרן רבי, אן די הילף און שווערע ארבעט פון תולדת אהרן וואלט קיינמאל די וועד נישט געווען.
תולדות אהרן פייפט אריין אין בי"ד אין גרויסן און ארבעט ווייטער מיט די מדינה הציונית און איר פארשטייער שמואל רבינוביץ צו נעמען הערשאפט איבער מירון.
די לעצטע דריי טעג איז געקומען אין מירון שמואל רבינוביץ אינאיינעם מיט מרדכי יצחק ליכטנשטיין פון תולדות אהרן וועלכער בי"ד האט געפסקנ'ט אז ער מוז זיך אפזאגן, צוזאמען מיט די נבילה שרית דנה פון משרד המשפטים און א פארשטייער פון משרד התיירות און משרד הדתות, באגלייט מיט איבער צעהן פאליציאנטן, וואו זיי ארבעטן אויס די פלענער זיך צו נעמען בויען אין מירון א קעגן דעם פסק בי"ד.
נשלח ב-4/11/2008 23:53
יונה'לע
עס איז אפילו נישטא ווער עס זאל לאכן פון דיר...
זעט אויס אז נאכדעם וואס דער בלאט האט נישט געקענט שרייבן די צוגעזאגטע ארטיקל קעגן תולדות אהרן, ווייל זיי וואלטן געבליבן צום נאר פון די וועלט, ביזטו געבליבן מיטן ארטיקל אין בויך און דו מוזט עס דא אויסברעכן...
פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן....
נשלח ב-5/11/2008 01:37
אויך איז כדאי צו באמערקן אז ליכטנשטיין פון תולדת אהרן איז נאכנישט ארויס פון די ועדה, ער איז געבליבן אין ועדת פיתוח און ער איז נאר ארויס דערווייל פון ועדת החמישה.
און דער נייער פארשטייער אין ועדת החמישה איז ר' בן ציון קופערשטאק וועלכער איז אויך א שייכות מיט תולדות אהרן, יעדער קען דאס זעהן אויף די וידיאו און פיקטשערס פון תולדת אהרן רבי צינדן אין מירון, וואו מ'זעהט אז אלס איז ארגנאזירט דורך קופערשטאק, און תולדת אהרן האט אים אריינגלייגט אנשטאט ליכטענשטיין.
נשלח ב-5/11/2008 02:04
ביי די זאליס איז אנגענימען אז ווער סקען קוויטשען ביי המלך, אין טאמיר ווער ער נאך הייזעריג
ביי שלח רפואה שלימה ר"ה, דער האט א פאס צי טרעטן אויף די תורה מיט ביידע פוס
אנגעהויבן פין די עירוב ביי פוילישע גוים אויף ראדני, ביזן גיין צים טאמ'נעם ציניסטשן בג"ץ .
פאר די זעלבע טעם האבן די זאליס געמאכט א יד אחת מיט ר' דוד קאהן וואס ווי באקאנט
איז ר' דוד קאהן גאר א לינקער מענטש ,אנגעהויבן פין אויסרייסן קינאות אין ריפן חברי כנסת צי זיינע מסיבות, ביז שלאגן קנאים ביז רציחה .
ר' דוד קאהן קען רעדן היבראיש ביי מסיבות אין דיל ניו זשערסי אלעס ווייל קינאות פארנעמט ביי אים נישט קיין פלאץ, ליידער האט ער עס באוויזן !!!
נשלח ב-5/11/2008 02:16
כדאי צו באמערקן, אז ר' דוד קאהן האט געוואוינט אין ניו יארק בשעת מרן רביה"ק זי"ע האט נאך געלעבט, אבער מען האט אים נישט געזעהן פאר די אויגן ביי די הייליגע טישן וכו', אזוי אויך פלעגט ער נישט קומען מיט קיין קוויטל צו מרן רביה"ק זי"ע.
נאר צום קלויזענבורגער פלעגט ער גיין, ובפרט צו זיינע חומש רש"י שיעורים פלעגט ער גיין כמעט יעדע וואך (ווי ער פלעגט אסאך מאל רעדן און חוזק מאכן פון רביה"ק זי"ע), און צו אים פלעגט ער דיין מיט א קוויטל.
אויך איז צו באמערקן אז ר' דוד קאהן ווען ער האט נאך געוואוינט אין מאנסי איז אין זיין ספרים שטוב נישט געווען בנמצא קיין איין ספר פון מרן רביה"ק זי"ע און אוודאי נישט די ויואל משה, אבער פארשטייט זיך אז אלע ספרים פונעם קלויזענבורג'ער האט ער געהאט. נאך די פטירה פון זיין טאטען ווען ער האט געמוזט געפעלן פאר לעפקאוויטש גארדינגער וכו', האט ער געבעטן ר' יוסף הערש וויינשטאק אז ער זאל אים פארשאפען אלע ספרים פון רביה"ק זי"ע.