אבער די תורה הקדושה האט פארשאלטן "חם" עד סוף כל הדורות אז ער זאל זיין אן עבד
סאיז געווען פרעזידענט וואס האבן געטוען זיי צי באפרייען למעשה זענען זיי פארשאלטן געווארן דורך
הרה"ק משינעוו זי"ע אין דורך הרה"ק ר' איציקיל פין פערשווארסק זי"ע אין די ביידע פרעזידענטן האבן ביטער אפגעשניטן
ע"פ תורה איז אין עבד מלך
אין זהר חדש שטייט אז פאר משיח וועט קומען וועט מען פאר א מלך נעמען ווער סאיז נישט ראוי דערפאר
ס'איז נישט נאך אזא נישט ראוי דערפאר, ווי דער חמ'ס אן אייניקיל
מיר זאל שוין אלע זוכה צי ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו
ס'וואלט ראטזאם געווען אז די אלע יודעי דבר זאלן כאפן א בליק אינעם צייטונג פון די וואך, וואו הרב י.מ. סופר מיט א באלערנדן ארטיקל צושמעטערט די איינרעדענישן איבער שווארצע.
העכסט מערקווירדיג איז זיין צוצייכענען דעם אבן עזרא וואס צוטראסקעט די טעאריע כאילו שווארצע זענען פארשאלטן צו זיין קנעכט, מיט אן אייזערנע ראי' פון נמרוד, דער ערשטער קעניג נאכן דור המבול, וועלכער איז א דירעקטער אייניקל פון כוש. עיי"ש ותמצא נחת.
נשלח ב-9/11/2008 20:10
עלמאנסי, אויב אלע וואס האבן געוואוט פאר מעקעין זענען אזוי נאלעדזשעבל ווי דו ביסט, דאן איז א גרויסער רחמנות אויף די רעפובליקאנער פארטיי.
אויף א צווייטן פלאץ שרייבסטו אז קאליפארניע גייט אפשר גיין פאר אבאמא...
דא שרייבסטו אז רוסלאנד, טשיינע און איראן, דריי קאמוניסטישע לענדער, האבן זיך געפרייט מיט אבאמא'ס זיג.
בשמחה תמיד ווער נישט אזוי איבערגענומען פון וועלט'ס שקרן # 1 המכונה י.מ. סופר (איבער זיינע כסדר'דיגע שקרים אן אנדערסמאל, נאר יעצט וועלן מיר זיך האלטן צום ענין).
דער אבן עזרא זי"ע איז כידוע א פרשן, ער לערנט פשט אין חומש וויאזוי ער האט בדעת קדשו איינגעזען אלס פשוט פשט, און כידוע, איז ער אסאך מאל מפרש אפילו נגד חז"ל, און ער שרייבט צו אז דברי חז"ל איז בדרך דרש, און ער האלט זיך צום פשוט פשט.
דער אבן עזרא שרייבט טאקע בפירוש אזוי, אבער פון אנדערע ראשונים, ווי רש"י אין תנ"ך און דער רד"ק איז בפירוש משמע אז אלע בני חם זענען געווען אין כלל פון די קללה עבד עבדים, נישט בלויז די בני כנען. אזוי איז אויך משמע בפירוש אין מכילתא פרשת בא, עיי"ש
והשנית איבער די מעשה פון שינאווער רב זי"ע איז לא ראינו אינו ראי', אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט דאס נישט געהערט איז נישט קיין ראי' אז עס איז נישט געווען. היינט האב איך געהערט אין ביהמ"ד שמועסן, איינער האט נאך געזאגט פון איינעם (איך מיין פון ר' צבי פינחס מאשקאוויטש ז"ל פון ירושלים) אז יענער האט עס געהערט בשם זקני חסידי שינאווא אין ירושלים. נישט אלע מעשיות האט רבי לייבוש שליט"א געמוזט האבן געהערט, און פון דעם איז נאך זיכער נישט קיין ראי' אז "די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן" (כלשונו השקרית פון י.מ. סופר)
י.מ. סופר האט א רעפוטאציע פון מגלה זיין פנים בתורה שלא כהלכה, און זיכער איז א דבר מפורסם זיין געוואוינהייט פון אויסדרייען מעשיות עס זאל שטימען לפי רצונו.
מען קען זען ווי ער שטיקעלט צו דברי יואל און אנדערע ספרים צו זיין רוח, זאל עס זיין ביי אריזאנא ווייץ, ביים עירוב, ביי ווערעם אין די וואסער,. ביי יעדע ענין, אפילו ביי ציונות איז ער אויך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה