בית פורומים כל העולם כולו

נאך א סימן מקיום געווארן בעיקבתא משיחא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2008 05:18 לינק ישיר 
נאך א סימן מקיום געווארן בעיקבתא משיחא

מענטשן קענען שרייען וואס מען וויל מען זיין פאליטיקיל קארקעט

אבער די תורה הקדושה האט פארשאלטן "חם" עד סוף כל הדורות אז ער זאל זיין אן עבד
סאיז געווען פרעזידענט וואס האבן געטוען זיי צי באפרייען למעשה זענען זיי פארשאלטן געווארן דורך 
הרה"ק משינעוו זי"ע אין דורך הרה"ק ר' איציקיל פין פערשווארסק זי"ע אין די ביידע פרעזידענטן האבן ביטער אפגעשניטן

ע"פ תורה איז אין עבד מלך 
אין  זהר חדש שטייט אז פאר משיח וועט קומען וועט מען פאר א מלך נעמען ווער סאיז נישט ראוי דערפאר 
ס'איז נישט נאך אזא נישט ראוי דערפאר, ווי דער חמ'ס אן אייניקיל  

מיר זאל שוין אלע זוכה צי ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו 




 

תוקן על ידי געווארט ב- 05/11/2008 5:15:22




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2008 05:29 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס איז דאס אמעריקאנער פאלק נישט ווערד בעסערס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2008 06:40 לינק ישיר 

געווארט. הלואוי זאל משיח טאקע קומען בקרוב אמן.
אבער די פאקט קלאר: געשאלטן האט מען כנען נישט חם.

עי' אבן עזרא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2008 06:44 לינק ישיר 

יא געשאלטן, נישט געשאלטן.


עס ווערט שלעכט ווען מען כאפט נאר א בליק וויאזוי די שחורים וועלן פירן דאס לאנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2008 06:59 לינק ישיר 

מיר גייט נישט אן אז א שחור פירט נאר אז אירן - רוסלאנד- טשיינע אין אלע קאמוניסטישע לענדער פרייען זיך אז אבאמא האט עס געמאכט.

רבותי האלטס שטארק אן ענקערע בערזל ווייל אבאמא גייט נאר נעמען פין ענק נאך אין נאך טעקס...

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/11/2008 07:20 לינק ישיר 

ני ר' יונה

לויטן אבן עזרא איז  נאר כנען פארשלאטן געווארן אלץ עבד, שטאמט ער פין כנען אין ער האט דעם קאליר אין באלנגט צי זיין א עבד ע"פ תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2008 07:31 לינק ישיר 

וואו איז טאקע דער מקור אז אלע "שחורים" זענען פון "כנען"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2008 07:56 לינק ישיר 

איך צי צוריק

איך האב יעצט געקוקט אביסל אין די מפרשים זעה איך אז אנדערע שרייבן יא אז אלע בני חם זענען פארשאלטן

דער דעת זקנים מבעלי תוספות ברענגט א פסוק ווי מען זעט אז אויך די בני מצרים ובני כוש זענען פארשאלטן

אויך די וואך אין רש"י זעט מען עפעס אזוי אז אברהם האט געזאגט פאר שרה מיר קומען אין מצרים אחיהם של כוש שחורים ומכוערים

אנדערע זאגן אז עבדים וועלן זיין אלע בני חם, כנען וועט זיין עבד עבדים פאר זיינע ברודערס, ד.ה. אפילו לגבי זיינע ברודער עבדים וועט ער זיין עבד

על כל פנים, נישט אזוי פשוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2008 07:57 לינק ישיר 

אין פסוק איז נאר כנען פארשאלטן געווארן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2008 09:56 לינק ישיר 

קען איינער איבערשרייבן וואס שטייט דארט אין דעם ספר? כ'אב נישט געקענט אויסליינען.

כבר היה לעולמים אז א שחורים זענען געווען מלכים. למשל מלכת שבא איז געווען א שווארצינקע פון עטיאפיע מיט א מעכטיגע מלוכה.

תוקן על ידי מלוה_מלכה ב- 05/11/2008 9:53:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2008 14:08 לינק ישיר 



קיינער זאגט נישט אז סקיינמאל געווען נישט קיין שווארצע פאר קיין מלך
דא רעד מען פאר ביאת משיח ווי אזוי ס'גייט אויסקוקן די וועלט, אין מער ווייניגער טרעף מיר זיך דאס פלאץ   



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2008 16:13:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/11/2008 07:04 לינק ישיר 

 א יעדע 7טע אות

וַיְהִי דְבַר-יְהוָה, אֵלַי לֵאמֹר.

בֶּן-אָדָם, שִׂים פָּנֶיךָ אֶל-גּוֹג אֶרֶץ הַמָּגוֹג--נְשִׂיא,

רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל; וְהִנָּבֵא, עָלָיו.

 וְאָמַרְתָּ, כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה:  הִנְנִי אֵלֶיךָ, גּוֹג

נְשִׂיא, רֹאשׁ מֶשֶׁךְ וְתֻבָל

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2008 16:34 לינק ישיר 

ס'וואלט ראטזאם געווען אז די אלע יודעי דבר זאלן כאפן א בליק אינעם צייטונג פון די וואך, וואו הרב י.מ. סופר מיט א באלערנדן ארטיקל צושמעטערט די איינרעדענישן איבער שווארצע.

העכסט מערקווירדיג איז זיין צוצייכענען דעם אבן עזרא וואס צוטראסקעט די טעאריע כאילו שווארצע זענען פארשאלטן צו זיין קנעכט, מיט אן אייזערנע ראי' פון נמרוד, דער ערשטער קעניג נאכן דור המבול, וועלכער איז א דירעקטער אייניקל פון כוש. עיי"ש ותמצא נחת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2008 20:10 לינק ישיר 

עלמאנסי, אויב אלע וואס האבן געוואוט פאר מעקעין זענען אזוי נאלעדזשעבל ווי דו ביסט, דאן איז א גרויסער רחמנות אויף די רעפובליקאנער פארטיי.

אויף א צווייטן פלאץ שרייבסטו אז קאליפארניע גייט אפשר גיין פאר אבאמא...

דא שרייבסטו אז רוסלאנד, טשיינע און איראן, דריי קאמוניסטישע לענדער, האבן זיך געפרייט מיט אבאמא'ס זיג.

1. איראן איז אנטי-קאמוניסטיש און האט פיינט קאמוניזם פונקט אזוי ווי זי האט פיינט אמעריקע, און אפילו די דיקטאטורישע רוסלאנד איז נישט אפיציעל קאמוניסטיש.

2. אויב האט איינער זיך געפרייט מיט אבאמא'ס זיג איז עס דווקא נישט געווען רוסלאנד, וואס איז געווען די ערשטע לאנד ארויסצוקומען צו אטאקירן אבאמא, און רוסלאנד האט געזאגט אז אמעריקע קען נישט ערווארטן צופיל גוטס פון רוסלאנד אונטער אן אבאמא פרעזידענט.

מיר בלייבן ווייטער גוטע פריינד אבער פאקט בלייבט פאקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2008 20:23 לינק ישיר 

די גאנצע מידיא איז ביזי געווען ווי נישט שיין דער רוסישער פרעזידענט האט זיך אויפגעפירט צו אבאמא ווען ער האט אים ניטאמאל דערמאנט קיין איין מאל אין זיין סטעיט אף די יוניאן דרשה, און וויאזוי א טאג נאכ'ן אבאמא זיג איז רוסלאנד ארויסגעקומען און געמאלדן אז רוסלאנד גייט ווייטער בלייבן א שונא פאר אמעריקע און וועט אויפבויען א מיסיל באזע קעגן אמעריקע.

http://www.npr.org/templates/story/story.php?storyId=96645472&ft=1&f=1004

און אז איך קוק זיך שוין יא ארום זע איך אז אפילו איראן האט רעאגירט זייער נישט שיין צו אבאמא, און די איראנער ראדיקאלן זענען זייער אומצופרידן אז אבאמא האט געווינען.
http://news.yahoo.com/s/nm/20081105/wl_nm/us_iran_usa_iraq_4

און צו מיין שטוינונג איז די מעשה מיט טשיינע נישט צופיל בעסער. די כינעזער זענען זייער נישט צופרידן פון אבאמא'ס שטרענגע פאליסי לגבי טשיינע
http://www.bloomberg.com/apps/news?pid=20601068&sid=auk7XNgr9HV8

עלמאנסי, אט אזוי קוקט מען אויס ווען מען קומט מיט נארישע רעטאריק, אנשטאט אמת'ע פאקטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2008 21:04 לינק ישיר 

בשמחה תמיד ווער נישט אזוי איבערגענומען פון וועלט'ס שקרן # 1 המכונה י.מ. סופר (איבער זיינע כסדר'דיגע שקרים אן אנדערסמאל, נאר יעצט וועלן מיר זיך האלטן צום ענין).

דער אבן עזרא זי"ע איז כידוע א פרשן, ער לערנט פשט אין חומש וויאזוי ער האט בדעת קדשו איינגעזען אלס פשוט פשט, און כידוע, איז ער אסאך מאל מפרש אפילו נגד חז"ל, און ער שרייבט צו אז דברי חז"ל איז בדרך דרש, און ער האלט זיך צום פשוט פשט.

דער אבן עזרא שרייבט טאקע בפירוש אזוי, אבער פון אנדערע ראשונים, ווי רש"י אין תנ"ך און דער רד"ק איז בפירוש משמע אז אלע בני חם זענען געווען אין כלל פון די קללה עבד עבדים, נישט בלויז די בני כנען. אזוי איז אויך משמע בפירוש אין מכילתא פרשת בא, עיי"ש

והשנית איבער די מעשה פון שינאווער רב זי"ע איז לא ראינו אינו ראי', אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט דאס נישט געהערט איז נישט קיין ראי' אז עס איז נישט געווען. היינט האב איך געהערט אין ביהמ"ד שמועסן, איינער האט נאך געזאגט פון איינעם (איך מיין פון ר' צבי פינחס מאשקאוויטש ז"ל פון ירושלים) אז יענער האט עס געהערט בשם זקני חסידי שינאווא אין ירושלים. נישט אלע מעשיות האט רבי לייבוש שליט"א געמוזט האבן געהערט, און פון דעם איז נאך זיכער נישט קיין ראי' אז "די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן" (כלשונו השקרית פון י.מ. סופר)


י.מ. סופר האט א רעפוטאציע פון מגלה זיין פנים בתורה שלא כהלכה, און זיכער איז א דבר מפורסם זיין געוואוינהייט פון אויסדרייען מעשיות עס זאל שטימען לפי רצונו.

מען קען זען ווי ער שטיקעלט צו דברי יואל און אנדערע ספרים צו זיין רוח, זאל עס זיין ביי אריזאנא ווייץ, ביים עירוב, ביי ווערעם אין די וואסער,. ביי יעדע ענין, אפילו ביי ציונות איז ער אויך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה

סא ברענג מיר נישט קיין ראי' פון דעם שקרן וזייפן נורא.

נאר די קשיא ווי אזוי עס קען זיין אז איינער מנכדי בני חם זאל ווערן א קעניג, איז אויך נישט קיין קשיא, עיין בכמה ספרים, בנצי"ב ואכמ"ל



 



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/11/2008 21:04:27

 



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/11/2008 21:25:42




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נאך א סימן מקיום געווארן בעיקבתא משיחא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext