|
|
| נשלח ב-9/11/2008 21:57 |
|
| |
סא טיפש דער דוד,
יא, אין מנוחה ושמחה קאסט מער מיט 50 דאלאר,
פשוט ווייל מיר צאלן רענט,
אבער אפשר זאגסטו וואס איז דער חילוק פון מנוחה ושמחה (אהרונים)
און שמח תשמח (זאלונים) בנוגע בר מצוות, הא?
ושאינו יודע לשאול: את פתח לו...
ביי די אהרונים מאכן 100% בר מצוות אין מנוחה ושמחה
און יעדער איינער שפארט זיך לכהפ"ח 2000 דאלאר,
ווידער ביי די זאלונים מאכן נישט קיין 10% בר מצוות אין שמח תשמח,
דא ביי אונז אין בארא פארק, הער איך פונקט דעם שבת פון א גרויסן
זאלוני אנפירער ווי ער פרייד זיך אז אין בארא פארק האט מען איינגעפירט
אז "אלע" בר מצוות דארפן זיין אין הילמאן פלאזא מיט א שפארינג פון שיינע
טויזענטער דאלאר, ער זאגט אז פאר די דאזיגע תקנה האט זיך שוין געלוינט
דאס אפשפארן פון די זאלי תלמוד תורה,
און אלעס איז א דאנק כבוד קדושת רבינו הקדוש והטהור שליט"א
דער מייסד און דער מתקן פון די אלע תקנות,
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2008 22:01 |
|
| |
לוזער יענקעלעווי איז דיין צדיק'ל געווען 20 יאר וואס ער איז געווען דער מושל בכיפה?
א דאנק דעם קאמפעטישן האט ער זיך דערמאנט אז מען דארף געבן ביליג...
דאס זעלבע איז מיט די חתונה זאלן, ערשט נאכדעם וואס ער (אנטשולדיגט: כ'מיין י. ראזענבערג) איז געוואר געווארן אז ברכה סימא וועט צושטעלן ביליגע חתונות, האט ער באשלאסן צו צושטעלן זיינע זאלן פאר ביליג...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2008 22:17 |
|
| |
וואס איך געדענק איז נאר אין "בלאט" געשטאנען וועגען ביליגע זאלן פון ברכה סימא דוד איך האב נישט געוויסט די בלאט שרייבט אמת 2 זייט ווען ליינסטו דער בלאט?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2008 22:29 |
|
| |
דע תגובה באלאנגט דא טעות לעולם חוזר
דוד די מיינט צי זאגען אז עס קימט עם נישט קיין קרעדיט פאר די תקנות ווייל ער וואלט עס ווען געקענט טין פאר צוואנציג יאר ציריק ממילא ??????? אדער ווילסטו זאגען אז אונז קענען האפען אז אין צען יאר ארום ווען דיין רבי וועט פירען כלל ישראל (אריין גערעכענט ארץ ישראל )פאר גאנצע צוואנציג יאר וועט ער אויפשטיין פינעם בערישען שלאף אין אנהייבען מאכען תקנות לטובת הכלל
אדער ער פייפט אריין אין יעדעם סאיז אסור מדאורייתא אין פארטיג
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2008 22:59 |
|
| |
האלו דוד'ל,
אלעס קענסטו מיך רופן, נאר נישט לוזער,
דו וואלסט דיך געוואונטשן צו זיין א לוזער ווי איך,
ווער האט אפגעשפארט זייער ניי געגינדעטע ישיבה קטנה און תלמוד תורה, הא?
טאמער ווייסטו נישט, פרעג נאר יאנקעלע בערקאוויטש, ער וועט דיר
שוין מסביר זיין ווער ס'איז א לוזער,
ווי זיס איז געווען ווען משה גבאי'ס פעטער האט באפלאטשקעט שנים עשר אלף זהובים
פאר זיין זוהן'ס ע"ה חלקה אין קרית יואל, מיט אדער אן דעם בעלזער גבאי...
כאפ נאר א שמועס מיט נייטרא רב שליט"א וואס האט אראפ געלייגט אכט טויזענט דאלאר תבין ותקילין
פרעג עהם נאר ווער ס'איז דער לוזער, יא, דוד'ל, עס קאסט מיך א שמייכל, ווען דו רעדסט פון לוזערס,
זאג נאר, ביסטו געווען די לעצטע ימים טובים אין וויליאמסבורג,
אויב יא, זאג מיר נאר, ווער איז "סאטמארער רבי" אין וויליאמסבורג,
איבעריג צו רעדן פון די גאנצע וועלט, און דאס אלעס איז,
אן דעם הייליגן ברך משה זי"ע, אן ישראל חיים מנשה, אן משה גבאי,
אן זלמן לייב פיליפ, אן שלמה לייב וויינבערגער, אן ריכטער באראש, אן דעם אפעלעט קארט,
און אן דעם קארט אוף אפיעלס, אלעס אליין אנגעהויבן, און פונקט ווי דער בית המדרש הגדול
איז געבויט געווארט אין צוויי וואכן, האט זיך רבינו שליט"א געבויט א מלוכה אין ווייניגער ווי צוויי יאר
א מלוכה וואס אנדערע קענען נישט באווייזן אין דרייסיג יאר, ער האט נישט געגנבעט קיין מוסדות,
ער האט זיך נישט מתחבר געווען צו זיין טאטענס שונאים, ער האט בלויז אויסגעשריגן מי לשם אלי,
און וואונדער איבער וואונדער, אלפים ורבבות אידן האבן זיך ארויף געכאפט אויף זיין וואגן,
מסכים געווען צו זיין מיט עהם אין גלות, און זיך בויען אופעסניי, נאר צו זיין מיט דעם צדיק וקדוש,
נו, דאס הייסט א לוזער, פאר מיר און פאר מיינע קינדער געזאגט...
אגב, ווייסטו ווען מיין רבי שליט"א איז געווארן דער מושל בקופה,
דאס איז געווען ווען ער האט זיך דערוואגט צו זאגן פאר משה גבאי,
עד כאן, איך טאנץ דיר מער נישט נאך, איך בין נישט גרייט צו זיין דיין עבד,
מילא ביז דער טאטע האט מיר געהייסן, און ער האט אביסל געוויסט וואס עס טיט זיך,
נו, האב איך דאך נישט געהאט קיין ברירה, אבער אצינד וואס קפצה עליו זקנה,
וואס ליידער ווייסט ער שוין נישט צופיל וואס עס טיט זיך, ווערן מיר אויס
חברים וידידים, איך האלט דיך מער נישט ביים פאלגן, און דאן איז ער געווארן
דער מושל בכיפה, און הפלא ופלא, דאן האט זיך אויפגעהערט דאס שטיינער ווארפן, דאס טייערס פלעטן,
דאס שייגעץ ארויס, דאס מצער זיין אידן על לא עוול בכפם, דאס שלאגן און באכענען מענטשן,
אלעס האט זיך אויפגעהערט פון דעם טאג וואס רבינו שליט"א האט עהם געזאגט
הפרד נא מעלי, און פון יענעם טאג האט ער אנגעהויבן אופצוטוהן פארן ציבור גדולות ונצורות,
ובפרט די תקנות גדולות וואס האט א אפקלאנג בכל העולם כולו, אלע קרייזן כאפן זיך ארויף
אויף זיין וואגן מיט די תקנות, און דו נעבעכ'ל שרייסט גאר אז די זאלונים מיט ברכה סימא האל האבן
גאר ערפינדן די תקנות, יא אז ביי אייך איז 100 מענטשן פיל מער ווי טויזענט, איז תשס"ח
אסאך פאר תשס"ו, דארפסט נאר טרעפן גענוג קעלבלעך וואס זאלן דיר דאס גלייבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 00:13 |
|
| |
דוד'ל פרעסט זיך אז דעם וועמען ער האט אפגעשטעמפלט אלס לוזער - טאקע דער איז דער איינציגסטער ווארטזאגער אין יהדות החרדית.
נישט נאר וויל יעדער וויסן וואס ער זאגט - נאר אלע מאכן אים נאך.
עס איז די סאטמארע תקנות - וואס ווערט נאכגעפאלגט אין די גאנצע וועלט, צי דוד'ל וויל יא אדער נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 00:20 |
|
| |
יענקעלע
ווען האט זיך אויפגעהערט דאס שטיינער ווארפן?
ווען דיין צדיק'ל האט געזען אז דאס האט עקספייערט!
ער איז שוין נישט די "אנלי באָס", ער האט אן ערנסטן קאמפעטישן!!!
אגב, דאס עצם "פאלגן משה גבאי"— ווי דו זאגסט — ווייזט דאך אז ער איז א "פּאָפּעט"... דאס ווייזט נישט אויף קיין מנהיגות!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 01:09 |
|
| |
ווייסט איינער ווער די שטיינער ווארפערס זענען געווען ? אין ווי זיי באלנאגען היינט ?
קען זיין דאס וועט קריסטעלזירין פארוואס ס'האט זיך אויפגעהערט די שטיינער ווארפאריי !!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 01:14 |
|
| |
מיט די אלע שטיינער ווארפען פאלגט יעדער דעם צדיק הדור.
יא, משה בן פראדעל איז ב"ה ביי ענק מיט שמשון יאנקעל - אבער זיי זענען אזעלעכע פירער ווי יאנקעל בארעך היינט
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 01:20 |
|
| |
דוד'ל דאכט זיך מיר אז דעמאלסט ווען די בלאט האט געבראכן די נייעס וועגן ברכה סימא, האסטו געשאלטן און געשימפט דא, אז דער בלאט האט ווידער אמאל געשריבן שקר, וואס איז יעצט געשעהן?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 01:21 |
|
| |
דוד'ל דאכט זיך מיר אז דעמאלסט ווען די בלאט האט געבראכן די נייעס וועגן ברכה סימא, האסטו געשאלטן און געשימפט דא, אז דער בלאט האט ווידער אמאל געשריבן שקר, וואס איז יעצט געשעהן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 05:08 |
|
| |
דוד'ל, אז דו קענסט נישט קיין פשוטע אלף בית קען איך דיר נישט העלפן,
ליין שטאטעלעך און אויב פארשטייסטו נישט א ווארט אדער צוויי פרעג עפעס א נארמאלן מענטש
אולי וועסטו דאס פארשטיין,
ניין, מיין רבי שליט"א איז קיינמאל נישט געווען משה גבאי'ס פאפעט,
נאר ליידער ליידער איז דער הייליגער רבי דער ברך משה זי"ע געווען משה גבאי'ס פאפעט,
דארט איז מקויים געווארן דער ויאהב יצחק את עשיו כי צייד בפיו,
ער האט זיך ליידער גענארט אין דעם משה גבאי, און אונזער רבי אלץ א געטרייער זוהן האט נישט
געהאט קיין ברירה נאר מיט צו טאנצן משה גבאי'ס רשעות,
דאס מיינט אז ווי לאנג דער טאטע האט פונקציאנירט האט ער בדלית ברירה געפאלגט,
ווייל ער איז געווען מושבע ועומד מהר סיני מקיים צו זיין דעם כבד את אביך ואת אמך,
אבער ווי נאר די מחלה האט בעוה"ר גובר געווען און משה גבאי'ס רשעות איז דאן געוואקסן עשרת מונים,
ער האט פראבירט אויסצונוצן דעם רבינס חולשה אויף זיין רשעות, דאן האט זיך אונזער רבי, דער
דעמאלסדיגער קרית יואלער רב שליט"א זיך שואל עצה געווען מיט'ן דיין שליט"א און ער האט עהם קלאר געפסקעט
אז ער איז עהם נישט מחוייב צו פאלגן ווייל די אלע באפעלן איז בכלל נישט זיין רצון נאר משה מדבר מגרונו של משה,
דאן האט זיך אויפגעהערט די אויבן דערמאנטע רשעות,
דוד, ארגינעלער האט דאס שוין אויבן ערווענט, גיב נאר א קיק, ווי שלאגט מען נאך היינט,
און ווי נעמט מען אויף יעדן בסבר פנים יפות, און בכלל, ווי באלאנגען היינט צוטאג דו אלע שלעגערס,
אלע בלי שום יוצא מן הכלל באלאנגן ביי אייך, און נאר די מובחרי חסידי סאטמאר,
דו אלע וואס דארפן יא א רבי און א מורה דרך דו באלאנגען במחוצתו של רבינו שליט"א,
מיר זענען שטאלץ און שרייען בקול רם, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו,
אשרינו שזכינו לכך, צו האבן א רבין א צדיק קדוש וטהור, א רבן של ישראל,
א גאון הגאונים, א רבי וואס פארשעמט נישט דעם נאמען "סאטמאר"
און מיט רעכט ווערט ער אנגערופן אין די גאנצע וועלט דער "סאטמארער רבי"
און קיינער פרעגט שוין נישט "וועלעכער", און דאס טיט אייך זייער וויי,
און דו מיט דיין פקחות ווייזט דאס כסדר ארויס מיט דיינע קללות נמרצות,
און דריבער שמייכלען מיר טאקע, און אויב הייסט דאס לוזערס SO BE IT.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 10/11/2008 5:12:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2008 06:10 |
|
| |
אהרן איז א גרויסע רבי מיט אסאך חסידים, וואס ווערן אנגערופן ארוניס בלע"ז, נישט מער, ער פירט נישט די וועלט, ער איז איזולירט צווישן זיינע לויאליסטן, פונקט ווי בעלז, עס זענען דא היינט טויזענטער סאטמארע חסידים איבער די וועלט תלמידים פון ר' יואל ז"ל וואס לא ידע את יוסף, עס איז א נארמאלע זאך אז אייינער זאל זיך רופן א סאטמארער חסיד אבער זאל זיך נישט אנגעהערן צו אהרן, מיט א ביליאן בנינים אדער חסידים וועט עטס קיינמאל נישט צוריקדרייען דעם מציאות.
|
|
|
|
|