בית פורומים כל העולם כולו

איסור קעגן בחירות אין ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/11/2008 01:26 לינק ישיר 

kj


דער איסור פון ביד"ץ העדה החרדית איז געווען בעיקר איבער דעם איסור פון בחירת נשים, אבער דער איסור קעגן בחירת צום כנסת המינים וואס רביה"ק זי"ע האט מברר געווען איז צוליב די מינות וכפירה מיט וואס דאס איז פארבינדן.

יעצט אבער ווען יעדער חבר המועצה דארף געבן א שבועת אמונים, איז שוין שייך דער איסור וואס רביה"ק זי"ע איז מברר.

פארשטייט זיך אז וויבאלד דיין צדיק'ל האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט דערפון, מאכן די אהרונים שוין א פאליטיק דערפון.

און אפשר קענסטו מיר זאגן, וואס מיינט "זאלן ארויסקומען אונזערע דיינים מיט א הוראה"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2008 17:45 לינק ישיר 
זייער אינטרעסאנט ביי די פרשה פון שערי חמלה

אינטרעסאנט ביי די פרשה פון שערי חמלה איז דער מונסי ויז'ניצער רבי ארויס בחרב וחנית, און איצט ביי די בחירות הטמאות וואס יעדער חבר המועצה דארף שווערן די שבועת אמונים אז זי חוקי המדינה איז בעפאר די חוקי התורה האלט ער אז מען מעג? ס'איז שווער צוגלייבן אז ער האט טאקע מתיר געווען, אדער.............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2008 03:10 לינק ישיר 

דער פרומער ציבור האט זיך צוגעשטעלט צו די עדה נאר און י-ם

און ווי די נייעס קומט האט דער פרומער ציבור היפש געוואוט און בית שמש אפילו תולדות אהרן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2008 07:40 לינק ישיר 

קיינער פון תולדות אהרן האט נישט געוואוט נישט אין ירושלים און נישט אין בית שמש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2008 07:42 לינק ישיר 

אין תולדות אהרן איז מען צופרידן אז איןדי אגודה קרייזן קריגן זיי זיך צווישן זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2008 16:10 לינק ישיר 

kj
ס'איז דא א טעיפ פון די דרשה פון הרב ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א ווי ער איז שיין מברר די זאך מיט די גאנצע קלארקייט.
אויב ווילסטו טאקע וויסען וואס די מיינונג פון א סאטמארע איד דארף צו זיין (נישט סתם פון די הייד פארק שרייבערס) איז כדאי אז די זאלסט זיך איינהאנדלען דעם טעיפ פאר א דאללער צוויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2008 17:25 לינק ישיר 

עס מאכט מיר לאכעדיג,צו זאגן אז תו"א יונגעלייט האבן געוועלט,

צו מיר זענען 2 תו"א יונגעלייט געקומען משכנע זיין איך זאל חלילה נישט קיין צו די בחירות, זעט אויס אז זיי האבן מיר חושד געווען אין אזא גרויסע עבירה,

דא ברענט איך אייך א חלק פון זייערע פראספעקטן וואס זיי האבן צוטיילט ביים חרדישן ציבור אלס תעמולה אנטקעגן די בחירות צו די עיריה הציונית




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2008 19:03 לינק ישיר 

יישר כח מה טובו, איך וועל עס פרובירן צו פארשאפן.

בעצם איז אומגלויבליך וואס עס האט זיך יעצט אפגעשפילט אין ירושלים, ווער עס געדענקט ביי די פריערדיגע בחירות האבן זיך די גערער יונגעלייט ארומגעדרייט און געטיילט שלעק פאר די עדה'ניקעס וואס האבן קאמפיינט קעגן די בחירות. "היתכן מען צווינגט ארויף די מיינונגען אויפן גאנצן ציבור", יעצט האבן זיי אליין געארבעט ביטער שווער צו ערוועלן א מחלל שבת בפרסיה אלס ראש העיר פון ירושלים, פאר זייערע פארטייאישע אינטערעסן, קעגן די אינטערסן פון וועמען זיי האבן ביז יעצט גערופן דער "גאנצער ציבור".

עס שטעלט זיך ארויס פון גער'ס פראפעגאנדע אז די חברי כנסת המינים מנחם און מאיר פרוש האבן "קיינמאל" נישט געפאלגט קיין "גדולים" נאר געטאן וואס זיי האבן געוואלט, אבער ביי די בחירות האט מען געשריגן אז מען מוז וואויטן פאר זיי וועגן "ועשית ככל אשר יורוך", און יאנקל לץמאן האט נישט קיין פראבלעם צו פירן אן אפענע מערכה און אנצופייפן "אלע" גדולים פון די אגודה (חוץ גערער רבי וואס מען דארף שוין אויך נישט פאלגן וועגן דעם "אין כבודו מחול" קאמפיין). און ביידע זענען גערעכט, יאנקל לצמאן טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון "גור", און מאיר פרוש טוט וואס "ער" וויל אונטערן נאמען פון זיינע גדולים (ער האט א גאנצע קלאזעט מיט גדולים).

נאך אן אינטרעסאנטע זאך וויאזוי זאכן האבן זיך דערקייקלט, ווען לופוליאנסקי איז געווארן ראש העיר, האבן זייער אסאך מענטשן זיך געווינדערט וויאזוי א שומר תורה ומצות וואגט זיך אנצונעמען אן אמט אלס ראש העיר אין א האלב פרייע שטאט, וואס צווינגט אים צו פינאנצירן עבודה זרה גילוי עריות חילול שבת וכו'. און בלויז 5 יאר שפעטער האט שוין א איד מיט א לאנגע בארד נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט, ער איז ארומגעגאנגען קאמפיינען און אלע שמוציגע פלעצער צו בארואיגן די חילונים אז עס וועט זיי גארנישט פעלן אונטער זיין הערשאפט...

דער סך די אלע וואס גיין צו בחירות אין ירושלים זענען ביטערע פארלירערס:
די מחנה פון פורוש איז דאך פשוט...
און די מחנה פון גער וואס האט געהאלפן ערוועלן א "מחלל שבת", (וואס זיי פירן עמטליך מלחמה קעגן חילול שבת אפילו נישט אין היימישע געגענטן) זענען אויך גרויסע פארלירערס, טראץ זייער זיסע נקמה זיג, איז זייער עצם זיג דער גרעסטער פארלוסט.
 די איינציגע געווינערס זענען די ערליכע אידן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם מלכות המינות, נישט מיט די חברי הכנסת פרוש און לצמאן וועלכע האבן געשוואוירן טריישאפט צו מדינת ישראל, און נישט מיט דעם פרייען ראש העיר עלעקט ניר ברקת.

אזוי ווי עס דערנענטער זיך יעצט די בחירות צום "כנסת המינים" איז צום האפן אז ערליכע אידן אין ארץ ישראל וועלן זיך האבן געלערנט א גוטע לעקציע און זיך אפהאלטן פון נעמען א חלק אין דעם חילול שם שמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איסור קעגן בחירות אין ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.