בית פורומים כל העולם כולו

דעת מרן הדברי יואל זי"ע בענין הבחירות לעיריה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2008 10:33 לינק ישיר 
דעת מרן הדברי יואל זי"ע בענין הבחירות לעיריה


דברים מפורשים ממרן רביה"ק זי"ע

הג"ר בן ציון יאקאבאוויטש שליט"א (יד ימינו פון רביה"ק זי"ע אין ארה"ק) שרייבט אין זיין ספר "זכור ימות עולם", אז רביה"ק האט עם אליינס געזאגט "אויב עס זענען דא ערליכע רבנים וואס האלטען אז מען דארף יא שטימען, איז א גרויס אחריות צו זאגען נישט" !

 ער שרייבט דארט באריכות אז בהסכמת רביה"ק זי"ע (הסכמה שבשתיקה), פלעגט ער זיצען מיט די קאנדידאטען פון בני ברק אין מאכען מיט זיי פארשידענע הסכמים, און די סאטמארער חסידים אין בני ברק פלעגען גיין שטימען ביי די בחירות פון די עיריה.

שפעטער שרייבט ער דארט, אז ווען ער האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע וואס וועט זיין אויב די עיריה וועט יא איינפירען א "מועצה דתית" אין בני ברק (וואס לויט דעם דעת קדשו פון רבי'ן אין ויואל משה איז דאס זייער הארב), צו דעמאלטס וועט יא זיין אסור צו גיין שטימען ?

אויך דעמאלטס האט אים דער רבי נישט גענטפערט אסור, נאר ער האט אים געזאגט "וועסט מיר דעמאלטס אנפרעגען"...

אזוי אויך אין ירושלים האט ער פרייטיג אינדערפרי געזאגט ברבים זייער שארף, אז ער שטעלט זיך נישט דאווענען שחרית, ביז ווי לאנג מען נעמט נישט אראפ די צעטעלך פון די ווענט וואס זענען משמע אז ער אסר'ט די בחירות צו די עיריה. (מען האט דארט גקלעפט צעטלעך, וואס איז גוועהן געדריקט דער איסור פון רבי'ן אויף די בחירות צום כנסת המינים, צוזאמען מיטען איסור פון די עדה החרדית אויף די בחירות צו די עיריה. וואס אויבערפלעכליך האט מען געקענט האבען א טעות אז דער רבי אסר'ט אויך די בחירות צו די עיריה)

על כל פנים, מ'זעהט פון די אלעס זאכען ווי שטארק דער רבי האט דאס "נישט געוואלט" אסר'ען, וטעמו ונימוקו עמו, ומי יעמוד בסוד קדושים ?!

דער רבי זי"ע האט נאך אזוי גוט געקענט דעם ויואל משה ווי די אלע היינטיגע חכמים. ער האט נאך פארשטאנען דעם פראבלעם פון ציונות, ווי די היינטיגע קנאים. ביטע זייטס נישט קליגער פונעם רבי'ן, זייטס נישט פון די שווארצע "רבינו סר מן הדרך"ניקעס.

דער רבי זי"ע האט עס בפירוש נישט געוואלט אסר'ען, פארוואס ? מיר ווייסען טאקע נישט !

אבער בכל זאת גוט דאס נישט קיין שום היתר צו זיין פון די יעניגע וואס רבינו ניסים זאגט בוידוי הגדול "את אשר טהרת טמאתי, ואת אשר התרת אסרתי" !!!







דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 14:30 לינק ישיר 

לתשומת לבך !
ר' זרחי היינט לויט דעם נייעם געזעץ אז יעדער ראש עיר און ראש מועצה דארף מצהיר אמונים זיין פאר די חוקי המדינה ממילא איז נשתנו התנאים און נישט דאס האט געמיינט כ''ק רבינו זיע''א איז ברור אז לויט דעם לשיטתו איז אסור באיסור מוחלט צו שטימען .




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2008 17:12 לינק ישיר 

איזראלי,

די סיבה פארוואס עס זענען דא היינט אזוי סאך קהילות וואס פאלגען נישט די פסקים פון רביה"ק, איז וויבאלד אזעלעכע פוסקים ווי די.

די רבי זאגט קלאר "איז א גרויס אחריות צי זאגען אז נישט" אבער הרה"ק איזראלי האט נישט קיין שום פראבלעם צו פארשטיין וואס דער רבי האט געוואלט אדער געמיינט!, ווען די רבי וואלט ווען געזאגט אז וויבאלד מען דארף נישט מצהיר אמונים זיין, ביסטו גערעכט, אבער דאס האט דער רבי נישט געזאגט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2008 18:05 לינק ישיר 

משה-הלוי


1) אין ירושלים האט דער רבי זי"ע געהייסן פאלגן די הוראות הבית דין צדק נישט צו גיין צו די בחירות בעירי' טראץ וואס ער אליינס האט נישט געוואלט אסר'ן ווייל עס איז נישט דא די זעלבע איסורים ביי די בחירות העירי' ווי ביי די בחירות כנסת המינים. 

הרה"צ רבי יוסף אשכנזי זצ"ל דער לאנגיעריגער משב"ק שרייבט אין די הקדמה צו שו"ת דברי יואל דעת רביה"ק זי"ע בנוגע די בחירות העירי').

ב) ליין דורך דעם גאנצן קאפיטל פון זכור ימות עולם פארוואס דער רבי זי"ע האט געזאגט אז עס איז אחריות צו זאגן ניין.  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2008 22:49 לינק ישיר 


דער מציאות לגבי א "ראש העיר" האט זיך גארנישט געטוישט מימות רביה"ק זי"ע !

דער נייער חוק פון תשס"ד לייגט נאר צו אז אויך "אלע חברי המועצה" דארף זאגען דעם הצהרת אמונים.

דער ראש העיר אליינס האט אלע יארען מעת קום המדינה ביז תשס"ד אויך געדארפט זאגען, ובכל זאת האט עס דער רבי זי"ע "נישט" געוואלט אסר'ען.

אלע יודעי דבר, און היסטאריע קענער (ובתוכם הגאון הגדול הרב וואזנער שליט"א) ווייסען פון דעם, און פארשטייען נישט דעם חידוש וואס די יעניגע ווילען מחדש בדעת קדשו פון רבי'ן זי"ע.

(אגב, דער הצהרת אמונים פון די עיריה מיינט גאר עפעס אנדערש פונעם הצהרת אמונים פון א חבר כנסת. לגבי א חבר כנסת מיינט דאס לענין פון זיין געטריי פאר די מדינה צו מחוקק זיין חוקים, וואס איז אסור לפני ביאת המשיח. און לגבי א חבר עיריה, מיינט דאס אז ער וועט זיין געטריי פאר די שטאטישע ווערטשאפט, ווי צום ביישפיל, רייניגען, מאכען נייע ראודס וכו', וואס איז מותר לבני ישראל אויך בזמן הגלות.

ואין כאן מקומו להאריך, ווייל איך דארף נישט מסביר זיין סברת רביה"ק זי"ע פארוואס ער האט עס נישט געוואלט אסר'ען, איך בין צו קליין צו קענען יורד זיין לסוף דעתו הק'. מיר זענען דן נאר אויף די פאקטען, צו דער רבי האט עס גע'אסר'ט צו נישט)






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעת מרן הדברי יואל זי"ע בענין הבחירות לעיריה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext