| נשלח ב-11/11/2008 22:11 |
|
| |
בכיות נוראות - הושענא רבא אין סאטמאר - תשס"ט
בכיות נוראות ביי הושענא רבה דרשה פון מרן רביה"ק מסאטמר
נעילת החג און ברכת הקודש תשס"ט
דזשעי נעט באנוצער:
קליקט דא ביטע
צו זעהן אין גוגעל:
קליקט דא אין גוגעל
תוקן על ידי גוטזאגער ב- 11/11/2008 22:22:23
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 23:15 |
|
| |
שרעקליכע געוויין אין מיטן קאכטער
ביי 3:11 זעט מען מ,,,,,,,,,,,,,, צוגענעצט זיך פאר געוויין
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2008 23:17 |
|
| |
ביטע נישט פארקריכן פון די נושא.
דאס שטיקל ווי דער דער רבי רייסט איין, הייבט זיך אן בערך ביי 50 סעקונדעס אין די קליפ.
און עס ציט זיך בערך 4 מינוט.
דערנאך זעט מען עטליכע סעקונדעס ווי דער רבי גייט ארום די בימה.
בערך ביי 4.27 מינוט הייבט זין אן די נעילת החג טיש.
ביי 11:00 הייבט זיך אן די ברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א
אויף קענט עוועניו, אינדרויסן פון ביהמ"ד הגדול.
מ'הערט דעם רבינ'ס רעדן אינדרויסן, אבער מ'זעט נישט קלאר, צוליב די טינקלקייט פון די נאכט.
דערנאך זעט מען אביסל טאנצן אויף די גאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 00:55 |
|
| |
א דאנק הרב גוטזאגער
ס'איז עפעס מרפסין איגרא במלוא מובן המילה. און א שקויעך אייך.
די סייט וואס מ'קען עס דאונלאודן לאזט מער נישט אריין, ווייל ס'האט דערגרייכט די מאקסימום.
ווער קען עס ביטע ארויפשטעלן ערגעץ אז ס'זאל נישט עקספייערן
א דאנק.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 02:18 |
|
| |
יישר כח
מורא'דיג! הערליך! שיין!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 03:53 |
|
| |
צעיר אנכי לימים, און איך געדענק נישט דעם הייליגען רבין דעם בעל גברי יואל זי"ע.
אבער יעצט מיין איך קען מען זיך אנהייבן מצייר זיין וויאזוי א הושענא רבא פלעגט אמאל אויסקוקן - און וואס עס מיינט יאמערליכע בכיות.
מימי לא ראיתי כזאת!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 05:41 |
|
| |
נורא נוראות! מ'זעט ווי אידן וואשן זיך אויס די הערצער אונעם הייליגן טאג הושענא רבא.
איין זאך איז מיר נאר אינטערעסאנט, די רבי הייבט אן די ברכת הקודש ביים באגלייטן בלשון זה: הכל הולך "בתר" החתום, דאכט זיך מיר געווענטליך זאגט מען "אחר" החתום, נישט "בתר" החתום.
ווייסט איינער די ערשטע מקור פון די מאמר? און די ספרים ווערט עס געברענגט כמה פעמים מיטן לשון "אחר".
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2008 06:27 |
|
| |
בתר איז אראמיש פון אחר.
אין די כתובה איז דא צוויי נוסחאות, מחיים ולאחר חיים, אדער מחיים ולבתר חיים.
די בכיות און השתפכות הנפש איז מבהיל הרעיון, און מ'קען עס פשוט נישט באשרייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 01:19 |
|
| |
א זאלי זאגט מיר נעכטן אז די קליפ איז געפעלשט, און ער האט קלארע באווייזען אז מ'האט עס געשטיקעלט.
איך האב יענעם אזויפיל געזאגט: ביסט גערעכט, די קליפ איז פאלש, די מענטשען זענען פאלש, די שול איז פאלש די טרערן זענען אבער עכט!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 19:37 |
|
| |
דער קליפ איז נישט געפעלטשט. דער געוויין איז די זעלבע וואס מען האט געהערט פון איהם ביי זיין גרויסן טאטע'ס לויה.
ווען ער האט אגעהויבן "זיין" הספד מיט א גרויס געוויין נאכדעם שטיל געבליבן א מינוט ווען איינער איז צוזאמגעפאלן און מען האט געשריגן הצלה, ווען הצלה האט אנגעהויבן באהאנדלן דעם איד האט ער ווייטער ממשיך געווען דעם געוויין אויף דעם זעלבען הויך טאון ווי ווען ער איז איבערגעהאקט געווארן. (דאס געוויין פלעגט זיין א גוטער רינגטאון)
אזא שפיעל וואס מען זעהט געווענליך ביים תלמוד פון זיין שווער, דער אברהם יצחק רבי פון ירושלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 20:25 |
|
| |
אבאדאללא !
אויב עסט מען פיצא א גאנץ יאר
אויב הערט מען דזשיגאנס טעיפס
אויב שפילט מען באל...
אויב שלאפט מען ביזן גרויען טאג
אויב לערנט מען נישט קיין אות אחת...
וואקסט מען גענוי ווי דעם רבי'ן וואס די האסט דיר געקליבן...
העי, I TOLD YOU SO
טענות האב נישט צו מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 20:40 |
|
| |
גוטזאגער האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן?
ווער האט דיך געהייסן הערן די הושענא רבה דרשה פונעם ברודער?
האסט עס נישט געקענט דערהייבן ווי דער סאטמערע רבי האלט אן הושענא רבה דרשה
אזוי ווי זיין טאטע אין פעטער מיט א מוראדיגען ערנסקייט אין ארגענעלקייט
אן זיך קאטשענען אין קאכן מיט געמאכטע געוויין אזוי ווי ביי זיין טאטעס לוויה
וואס אפילו די ארונים זענען געווען א מבין דעראויף
האסטו געמיזט עפענען אן אשכול זיך צו באראיגן
I Feel Your PAIN
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:07 |
|
| |
געלעכטער און אבדאללא...
איך רעספאנד נישט צו אייערע דעפרעסיע. (צו דעם קען נאר העלפן פראזעק אדער זאלאף).
אבער איך האב ענק געבעטן, זייער קלאר און שארף:
ביטע קוקט נישט דעם קליפ.
דאס איז נישט פאר אייך . עס קען ענק אנמאכן פאטאלע מענטאלע שאדן.
איך האף אז איר וועט שנעל רעקאווערן, מיט א רפואה שלימה ברמ"ח אברים און שס"ה גידים.
ביי די וועי, איך האב דעם קליפ געוויזן פאר א איד, א בן שבעים, וועלכער האט זיך געווייקט ביים הייליגן רבי'ן זי"ע, דער בעל דברי יואל, און ער זאגט מיר, יא אזוי האט עס אויסגעקוקט אמאל....
אשרינו מה טוב חלקינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:11 |
|
| |
ווייל מיר האט בן מאה געזאגט אז עס אסאך מער ווי ביים דער דברי יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:16 |
|
| |
ביי דעי וועי ווי וועם וויינט ר מענדעלע?
|
|
|
|
|