|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:34 |
|
| |
איך האלט טאקע אויך אזוי, זאגסט דאך ממש דברים נכונים, ווען איינער ווארפט זיך אדער וויינט א טראפקעלע מער ווי דער דברי יואל פלעגט הושענא רבא, דער איז זיכער פארפארן פון דער ארגינעלער דרך פון סאטמארער רבי, כידוע איז דאך דאס געווען די עיקר מלחמה וואס דער דברי יואל האט לוחם געווען כל ימי חייו, דהיינו דוקא צו וויינען, שאקלען, זינגען אויף א געוויסן מאס. משא"כ אויב מ'איז מבזה די נטורי קרתא לעיני כל הגוים, מ'גייט מיט א פרעכהייט צום בג"צ, וואס איז גורם אז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס די גאס זאגט אז סאטמאר איז אראפ פון קנאות'דיגן דרך, נישט קיין פארטייאישע צייטונגען ווי דער איד אדער בלאט, נאר גאר גאר פרעמדע קרייזן ווי די דשואיש פרעסס, און פרייע צייטונגען אין ארץ ישראל, דאס איז גארנישט, דאס איז מהיכי תיתי, אבי געזונט, אזוי לאנג ווי מציעט זיך אראפ די ביבער היט ביז די נאז, מפארקנייטשט זיך די שטערן, מ'געט א רבי ז"ל תניעה, און דערנאך לייגט מען נאך צו א טאץ לצנות וקללות אויפן סאטמארע רבי אין דער ברך משה זצ"ל, דעמאלטס איז אלעס אקעי. מ'דארף נאר שרייען "רבי זכרונו לברכה" טויזענט מאל אין אלעס איז ארלעדיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:42 |
|
| |
דעס האט בן שבעים אויך געזאגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:49 |
|
| |
געלעכטער
האסט געקוקט און יעצט ביסטו דעפרעסט און ווייאלענט.
געדענק, מ'האט דיך געווארענט:
קוק נישט די קליפ - ווייל ס'קען חלילה לאזן פערמענאנטע מענטאל שאדן.
געדענק זייער קלאר:
יעדע ווילדע תגובה וואס דו לאזט, רעפלעקטירט דיין דעפרעסיע.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:53 |
|
| |
קושקעלע אז דער דברי יואל האט אביסעלע ווייניגער געוויינט ווי דיין צדיק
דארפסטו נישט חוזק מאכן פון אים
די דערמאנסט מיך תש"מ האט א פרעמדער רב געזאגט
אז דער סאטמערער רב וועט זיין פארהייליגט אין די גאנצע וועלט אחוץ אין סאטמער
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 21:57 |
|
| |
גוטזאגער דע אשכול האט מען געפענט אויף א ריאקציע
פון אויסהערן די דרשה פונעם ברודער וואס דע דרשה איז א שם דבר אין די גאס
יעצט שריי ווייטער דעפרעסט,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 22:26 |
|
| |
געלעכטער טייערע איך מיז מודה זיין איך הייב אן ארויף צי קיקען אויף דיר
די האסט א מורעדיגע כח אין אפשאצען ווען איינער זאגט עפעס א דרשה צי דאס איז ארגינעל אדער דאס איז נאר אזוי פאלטש הא ראיה ער שאקעלט זיך דאס איז דאך א מורעדיגע אוסטערלישע דערהער
נ ב זאג דיין רבי זאגט אגאנץ יאר נישט קיין תורה אלץ חשש ארגינעלקייט אדער דאס איז א רעאקציע צים ברידער אדער להוציא מליבן של.................
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 22:30 |
|
| |
גלעכטער
אמת טאקע דיין צדיק'לס דרשות זענען טאקע א שם דבר אין די גאס, לדוגמא די שור שנגח את הפרה זה אומר כלו שלי, צדק מארץ תצמח, ויתן לך אלקים מטל הארץ, מען דארף געבן א שקל שלום,
די געגנבטע דרשות פין סמיכה לחיים, שאול ומשיב, אין פין ר' יצחק מאצען.
האט ער שוין ווייטער געזאגט עפעס אינטרעסאנט??? א נייע פסוק אדער א נייע מאמר חז"ל אדער א נייע הלכה, לדוגמא אז מען דארף נישט מאכן א שחיינו פירום צופרי אויף מגילה ליינן??? געלכעטכער פארצייל מיר איך וויל אויך הנאה האבן.
תוקן על ידי יודלע ב- 13/11/2008 22:39:25
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 22:41 |
|
| |
גלעכטער זאג נאר דיין צדיק'ל מאכט גוט נאך דעם רבין ז"ל? איך מיין אז די רבי ז"ל האט גהאלטן אביסל מער אראפגעבויגן זיין קאפ סא זאגט אז ער זאל זיך מער איינבייגען, אין דיין צדיק'לס היט ליגט אויפן פנים מיט 3 אין האלב אינטשעס מער אראפ ווי די רבי ז"ל.
אויך וויל איך דיר זאגן א שטיקל סוד וואס איך מיין אז די ווייסט נישט, די רבי ז"ל איז געזיצן אין געלערט אין נישט פארברענגט קיין צייט, אין דיין צדיק'ל פראבירט דאס בכלל נישט נאכמאכן, פארוואס? וועלכע זאכן מוז ער יא נאכמאכן אין וועלכע נישט??
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 22:57 |
|
| |
קינדערלעך טייערע באראיגטס ענג עס איז גארנישט געשען
מיט אזוי גרויסען רעבען וואס עטץ פארמאגטס דארפט עטץ נישט זיין אזוי גערעגט
קודעם טאטעלע זיסע מיין רבי זאגט תורה ווען זיין טאטע אין זיין פעטער פלעגט זאגן
דיין רעבע איז אסאך גרעסער אזוי ווי דער בן שבעים האט מיעד געווען
אז ער וויינט אסאך מער אין זאגט אסאך מער תורה
אשטאטס צו די זאלסטיך פרייען אין טאנצן וואס פארא רעבען די פארמאגסט
ביזטו גערעגט איך ווייס נישט פארוואס
יודעלע זיסער
דיין רעבע קען שוין גוט נאכמאכן הא ביי ש"ס תורה
אין השם מלך ער גייט באלד ארויסטראגן ב מ ל פון ביזנעס
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 23:12 |
|
| |
געלעכטער.... (דוד)
איך בעט דיך נאכאמאל, בייזער דיך נישט.
איך האב דיך געבעטן בתחנונים קוק עס נישט ! עס וועט דיר חלילה שאדן !
דאס אלעס איז נאר פאר מענטשן וועלכע
דאס ברענגט נאסטאגליע, בענקשאפט נאך התרוממות הנפש און דערמאנט די הייליגע מינוטן ווי דער הייליגער רבי האט איינגעריסן, און מיטגעשלעפט טויזענטער!
אשרי עין ראתה אלה.
דזשעי נעט באנוצער:
http://www.mysatmar.com/clips/other/second_days-5769.wmv
צו זעהן אין גוגעל:
קליקט דא אין גוגעל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 23:19 |
|
| |
שטעל דיך פאר גוטזאגער ווען דיין רעבע וואלט ווען געלאזט מאכן א באגלייטן
וואלט איך יענץ אויך ווען געדארפט ציקוקען
איך קען מיך פארשטעלן ווי גערעגט וואלסט געווען דעמאלטס
אז אן דעם איז אויך נישט אוועק צומאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 23:34 |
|
| |
יא אוואדי זיכער,
די אלע געוויינערייען איז נאר פאלש אין געמאכט...
די הושענא רבא וויינען איז געמאכט
די לוי' ביי זיין טאטע איז פאלש
די לוי' ביי חייקי איז אויך געווען פאלש
די הספד אויפן ספינקא רבי'ן ז"ל איז אויך נאר FAKE
די עבודה ביים דאווענען אין לערנען איז נאר פאר אטענשן
די אלע הונדערטער דברי תורה וואס ער זאגט דורכן יאר איז אויך נאר געמאכט
די אלע ברייטע ידיעות בכל המקצעות, איז בלויז א ווידער קול
משא"כ הרה"ק ר' זלמן לייב, מיינט ממש נאר דעם ריינעם אמת, אפי' ס'זאל דורך גיין חדשים וואס מ'הערט נישט פון אים קיין אידיש ווארט, מיינט ער נאר די פינטעלע פון רבי'ן ז"ל,
זייטן קאצקער איז נאך נישט געווען אזא אמת'דיגער מענטש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 23:34 |
|
| |
העי מיסטער געלעכטער דיין רבי זאגט תורה ווי די רבי ז"ל אין די געזינטע יארען אדער ווי אין די נישט געזינטע יארען איך וויל פשוט וויסען ווי אזוי זיך ציי פירען
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2008 23:41 |
|
| |
קושקעלע פארוואס האלסטו אז דיין רעבע איז פאלש?
טאטעלע קודם ווער מיר געוואר צו דיין רעבע ווען ער זאגט השם מלך אדער זיגט הא ביי ש"ס
מאכט ער נאך די גזינטע יארן צו די נישט געזינטע יארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2008 00:01 |
|
| |
גוטזאגער, א גרויסן ישר כח פאר די קליפ, ס'איז מורא'דיג, ס'דערמאנט די הייליגע מינוטן וואס מ'איז נארוואס אדורך, ס'כאפט אן א התעוררת.
פאר דעם געלעכטער וואלט איך בלויז געזאגט אז ער זאל גיין נעמען זיין פילן, און אויב ער האט נישט זאל ער גיין צום דאקטאר פאר א פרעבסקריבשען, איך מיין אז מעדיקעיד צאלט עס.
ישר כח נאכאמאל גוטזאגער. דאס וואס כ"ק רבינו שליט"א האט נאכגעזאגט ביים נעילת החג תורה אז פאר יעדן איד וואס פאר א מצב מען זאל נישט זיין בלייבט איבער א רשומא דקדישא אויף שפעטער, מיין איך, אז מיט אזא קליפ קען דער הייליגע טעם אינגאנצן נישט אוועקגיין.
נאר א שאד אז מ'קען נישט האבן א קליפ פון די הייליגע הקפות, אוי ווי איך בענק צוריק.
|
|
|
|
|