בית פורומים כל העולם כולו

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2008 19:57 לינק ישיר 



די רבי האט זיך יעצט 12:45 באטייליגט ביי די הכנסת ספר תורה אין בית המדרש דחסידי סאטמאר אויף רחוב סאטמאר, אין משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש בענני אמונה וציונות והתחברות לרשעים,

ארויסברענגען אז אויף די מקום האט אין יאר תשט"ו, האט מרן רביה"ק זי"ע געהאלטן די באוויסטע פייערדיגע דרשה ווי ער האט מברר געווען די איסור צי גיין צי די בחירות פין די המינות אז עס איז יהרוג ועל יעבור, ווי די רבי ז"ל האט דארט געשריגן אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש אפי' מען זאל ר"ל שיסן (אזוי ווי עס איז געווען טייל וואס האבן אים געזאגט אז אויב וועט ער האלטן ער די דרשה דעמאלס איז עס בנפשו) וועט ער ווייטער ארויס זאגן די דבר ה' הרמה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2008 21:38 לינק ישיר 

פאר'ן הכנסת ס''ת איז רבינו שליט''א געווען א באזוך ביי הרה''ח הישיש ר' בנציון יאקאבאוויטש נ'י .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2008 23:44 לינק ישיר 

אידישע וועלט האט הערליכע בילדער.

http://www.yiddishworld.com/index.php?option=com_imagebrowser&folder=rabbis2/bsaatb&Itemid=36



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2008 01:27 לינק ישיר 

רבינו שליט"א איז יעצט אויף דערנאכט געווען ביי

כ"ק אדמו"ר וויזניץ שליט"א
הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א
כ"ק אדמו"ר מאדזיץ שליט"א
הגה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 09:45 לינק ישיר 
בביקורו בחצר הקודש בעלזא מכנובקא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 09:48 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 09:49 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 09:52 לינק ישיר 



* width="425" height="344"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 12:11 לינק ישיר 

די רבי רעדט יעצט פאר די בחורים פין די ישיבה קטנה אין בהמ"ד הגדול (5:10)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 15:02 לינק ישיר 

רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט דאווענען בשעה 2.45 לשעון אמעריקא אין ביהמ''ד ''ויואל משה'' אויפן ערשטע שטאק דארט ווי מען דאוונט אין דערוואכן מיט די בחורים פון ישיבה גדולה מיט די ישיבה קטנה די ביהמ''ד איז געווען פול מיט בע''ב און יונגע לייט נאכן דאווענען איז געווען א מסיבת לחיים לכבוד די צוויי נדבנים הר''ר עקיבא צבי קליין נ''י והר''ר יעקב זוסמאן סופר נ''י נאך די מסיבה האט דער רבי געזאגט א פלפול גג על גג אויף די סוגיא ''מצוה הבאה בעבירה'' עס זענען געווען דארט פרעמדע יודן ליטווישע און חסידישע ת''ח ומרביצי תורה זענען ארויס פאר התפעלות פונם פלפול , און דער נאך האט ער געזאגט דברי חיזוק ומוסר פאר די בחורי חמד עס איז געווען העליכער שיינער מעמד ממש א תענוג רוחני א הכנה רבה לשבת הבעל''ט .  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 17:37 לינק ישיר 


באקומען אין אישית דאנק jdn



באזוך פון

כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

אין שטוב פון אדמורי"ם ורבנים אין בני ברק

 

 

ביי הגר"נ קארעליץ שליט"א

 
 

ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א

 

 

 

ביי הגרימ"ל לאנדא אב"ד בני ברק שליט"א

 

 

 
 

ביי כ"ק אדמו"ר מבהוש שליט"א

 

 

 

 

ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא שליט"א

 

 

 

 

ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א

 

 

 

 

ביי הגרי"מ אלטמאן גאב"ד חוג חתם סופר שליט"א

 

  

***




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 17:50 לינק ישיר 

אין פורום "בני ברק" שטייט אז עס איז געווען מכות מיט וויזניץ, איז דאס אמת?

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2517324&forum_id=15238




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2008 20:25 לינק ישיר 

 באקומען אין אישית דאנק jdn


הכנסת ספר תורה

צו ביהמ"ד סאטמאר אין ב"ב

בהשתתפות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

 צילום: יהודה פרקוביץ

 












דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2008 21:29 לינק ישיר 

jdn , א גרויסן יישר כוח פאר די בילדער, הערליך שיין. איך האב ערשט איצט באמערקט אז די האסט געשיקט די בילדער צו מיר אויך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2008 04:17 לינק ישיר 

א גיטע וואך וועלן ווייטער ממשיך זיין .

פרייטאג האט די רבי געהאלטן א שארפן פילפול פאר די בחורים ארביער אנדער האלבן שעה.

פרייטאג צי נאכטס האט די רבי נישט געדאוונעט מנחה וועגן די שאלה פין ותן טל ומטר
די מחותן איז צי געגאנגען צים עמוד.

ביים טיש פרייטאג צי נאכטס האט די טיש גענימען אריבער פיר שעה.
די ביהמ"ד איז געווען פול עד אפס מקום.
די רבי האט געזאגט א דרוש פין מלאכה שאין צרוכה לגופה, אין פין מצוה לאו נהנת נתנו פין א דריי פערטל שעה.
ברכת המזן האט געהאט די זיידע הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א.
די ערשטע ברכה הרה"ג ר' אלי כ"ץ שליט"א אב"ד ב"ב 
ברכה אחריתא הגה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א ר"י ווזשניץ.

נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארציילט מעשיות פינעם הייליגען בעלזער רב ר' ישכר דוב זי"ע וואס זיין יארצייט פאלט אויס די וואך.

נאכדעם האט בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגעגראמט דעם רבי'ן ווי רביתנו הקדושים האבן זיך געקאכט בקדשות השבת אין די רבי האט געטאנצען מצוה טאנץ.
נאכדעם האט געטאנצען אבדק"ק בארא פארק שליט"א, מיט הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א.

צופרי איז די רבי שליט"א געווען ביי די חברת תהילים ווי די רבי האט געזאגט דברת קודש פאר די קינדער.

שחרית איז רבינו שליט"א צי געגאנגען צים עמוד,די הויכע שמונה עשרה איז  דער 
 וויליאמסבורג רב שליט"א צי געגאנגען צים עמוד.

ביים ליינען האט מען געגעבן אן עליה פאר אלע נגידים.
מוסף האט געדאוונט דער ב"פ רב שליט"א. 

צים קידושא רבה איז די רבי געגאנגען צי ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א שו"ב. 

די רבי האט געגעסן מיט די משפחה, ד"ת ביי די סעודה האט געזאגט ר' זלמן האלבערשטאם שליט"א .

שלש סעודות איז געווען די קלימאקס פינעם שבת א מורא'דיגע התעוררות אין זייער ווארעם גערעדט 
וואס מסירות נפש מען דארף האבן פאר לימוד התורה. 

נאך הבדלה איז די רבי געגאנגען צים ראש הישיבה  אינדערהיים.
 
יעצט פיר אזייגער פארטגס ארץ ישראל'דיגע זייגער געזענגעט נאך די רבי שליט"א אינעם ראש הישיבה הויז .

א גוטע וואך .

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.