בית פורומים כל העולם כולו

האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2008 01:03 לינק ישיר 

נעקסטע וואך הייסט עס וועט דער רבי שליט"א פראווען דעם סיום מס' ביצה אין וויליאמסבורג

מארגן אי"ה, ג' חי שרה, הייבט מען אי"ה אן מס' שבועות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 01:07 לינק ישיר 

די ציפערן פון התאחדות אברכים צייגן אז
אריבער 1100 אידן פון וויליאמסבורג אליין, האלטן מיט דעם שיעור.

דאס איז די גרעסטע חיזוק פאר אנ"ש, אז מ'האט א קשר דורך לערנען די תוה"ק.
כי הם חיינו ואורך ימינו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 01:15 לינק ישיר 

איך האב געהערט דעם דרשה אויפן הוק-אפ דורך "קול סאטמאר" עס קומט זיך זיי א גרויסער דאנק פארן צושטעלן די אלע הוק-אפ'ס במשך פונעם רבין'ס באזוך אין אר"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 01:16 לינק ישיר 

דער רבי האט געזאגט אין בני ברק א מעכטיגע דרשה ביים סיום יסודי התורה, ער האט צווישן אנדערן געזאגט דברי מוסר בנוגע קאמפיוטערס, וזה לש"ק, "בנוגע די קאמפיוטער, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'רופט עס דא, דאס מאכט חרבנות אין אידישע שטובער, אסאך עלטערן מאכן ליידער נאס דעם קישן ביינאכט פון די קינדער וואס האבן געגליטשט דורך די קאמפיוטער, זאל זיך קיינעם נישט דאכטן אז אים מיינט מען נישט, יא, מ'רעדט צו דיר אויך, און אויך צו דיר, כי לך, לך ולך, לך אף לך, צו יעדן פערזענליך", 

אזוי אויך האט ער ארומגערעדט בנוגע לימוד התורה, געפלאקערט בנוגע צניעות, איבערגעזאגט ווערטער וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט געזאגט בשנת תשי"ט אז ער וויל נישט אין שיכון קרית יואל אין בני ברק זאל וואוינען איינער וואס גייט אין ביי האר. דערנאך האט ער מאריך געווען בדברי מוסר בקול חוצב להבות אש בנוגע צניעות ביי נשים, געזאגט א מליצה שק"ר החן, ראשי תיבות, ש'מאל, ק'ורץ, ר'עש'יג, דאס איז הבל היופי. מ'מוז נישט גיין געפוצט ווייל מ'וויל צייגן בעלבעטיש, דערנאך מאריך געווען פערזענליך פאר די מחנכות, במענה רך ישיב חימה, בתוכחה מגולה אויף זייער גאנצע התנהגות, זיי זאלן דינען אלס מוסטער פאר די תלמידות.
 
די דרשה איז דער געשפרעך פון טאג.

א סקרוך איז אדורך אין די ביינער ביי די אלפי המשתתפים ביים סיום מס' ביצה אין בני ברק, ווען דער גאון אדיר, דער גרעסטער בעל הוראה בדורינו, הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, האט זיך אויסגעדרייט זיין הייליג פנים לצידו פון רבי'ן שליט"א, און מיט די הייליגע הענט האט געפאכעט און אויסגעשריגן: "אשריך סאטמארער רבי, פאר אייער גרויסן זכות פון הרבצת התורה אומעטום ! אשריך סאטמארער רבי פאר אייער גרויסן כח להגדיל תורה ולהאדירה. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך, דער סאטמאר רבי שליט"א פארט צוריק צו זיינע הייליגע מוסדות אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג, און נאך און נאך, ס'וועט אים באגלייטן די מלאכים פון טויזנטער אידן וועלכע לערנען תורה און זענען זיך ממית באהלה של תורה אונטער זיין הייליגע השפעה!!!


אַה! אשרינו מה טוה חלקינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 01:32 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן, דאס וואס דער רבי פארט שוין יעצט די דריטע מאל קיין ארץ ישראל אן קיין פרסום, אן אויסגעבן מיליאנען, אן אנאסן אין צייטונג, אן שום טראסק דאס איז דער גרעסטער באווייז אויפן מהות און כאראקטער פונעם רבי'ן. אויסערדעם וואס ער שפארט מיליאנען בלי גוזמא, איז עס מונע ביטול תורה, און היינט זעט יעדער איין וואספארא מנהיג ער איז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 01:41 לינק ישיר 

קיין איין מודעה נישט אין צייטונג ביז נאכן אפפארן! א רעקארד פאר זיך! נישט מיטגעפארן קיין 15 מענטשען נישט געהאנגען קיין סיין נישט געמאכט קיין קבלת פנים נישט געמאכט קיין באגלייטן א רבי מיט פרינציפן א רבי מיט כאראקטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 01:44 לינק ישיר 

דאס האט נאך קיין איין אדמו"ר נישט באוויזן. אומזיסט איז ער געשעצט אומעטום?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 01:52 לינק ישיר 

איך געדענק נאך ווען דע כאראקטער האט נישט געוואלט קיין פיקטשערס
ביי די חתונה פון דושינסקי האט ער ביים קבלת פנים זיך אויפגעריסן
אין געהאקט אויפן טיש אזש עס געפלויגן גאפלעך אין לעפלעך
אין געשריגן אז מען צישטערט אים די שמחה

צוויי וואכן נאך די חתונה ווייזט מיר דער פאטאגראפער א טשעק פונעם כאראקטער אליין
פאר די חתונה פיקטשערס  

נא א רעבע מיט פרינציפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 01:55 לינק ישיר 

דאס מיינט א רבי וואס האלט וואס ער זאגט. און דאס זאגט די משנה. כל הבורח מן הכבוד וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 02:04 לינק ישיר 

i really dont understand why we stoop to the ZALIl evel


dont you all see. that whenever there is a situationl ike this, whenever the EMES comes thru

they allways start to mess up the eshkol with stupidity

why do we let them take us into the mud


i think we are above them in every aspect



let the pigs roll in the mud

dont stoop



תוקןעלידיkleinekupב-18/11/20082:01:06



תוקן על ידי kleinekup ב- 18/11/2008 2:09:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 02:34 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין ספק אז מיט א מינימאלע טראסק פארן מיט 250 אידן. און מ'וואלט געמאכט א שטיקל קבלת פנים. דער רבי זאגט ניין. קיינער שרייבט נישט קיין מילה אחת. און דערפאר לויפן אים נאך אלי צדיקי הדור פון אומעטום. אשרינו אז מיר האבן אזא הייליגען רבי'ן וואס איז נערץ ונקדש מסוף העולם ועד סופו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 02:41 לינק ישיר 

און דאס שוין נאך אלע חצים ובליסטראות, שוין נאך אלע טעראר, שוין נאכן מאכן פאר א רויזעלע... נאכן מאכן פאר א ישראליק האגער... וואס האט דא פאסירט מיט דעם RED-PRINT וואס איז געווען גע'חתמ'ט מיט בלוט און זיין גורל פארזיגעלט אז ער וועט זיין אויסגעשלאסן פון כלל ישראל????????? און דא קומען די גרעסטע צדיקים זיך ווייקען ביי אים - איתמהה! עס איז נישט בדרך הטבע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 03:52 לינק ישיר 

האט איינער א קליפ פון הרב וואזנער'ס דרשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2008 04:00 לינק ישיר 

דאס זאגן אשריך סאטמארער רבי פארן פארשפרייטן תורה איז ממש מבהיל הרעיון. ווייל יעצט איז שוין דאס צווייטע מאל וואס דער בעל שבט הלוי גייט ארויס פון זיין רגילות מיט אזעלכע אויסטערלישע שבחים. אויב וואלט ער עס געטאן יוצא צו זיין האט ער דאך שוין יוצא געווען 2 יאר צוריק מיטן זאגן אז ער האט דעם כתר תורה. נאר עס צייט א טיפע רעספעקט פאר דעם מנהיג ישראל, און דערפאר זאגט עס זיך אליין ארויס פון אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2008 04:04 לינק ישיר 

געלעכטער טו מיר א טובה און עפען א אשכול ווי די קענסט וויינען, שרייען, אויספירען, זיך רעגן, זיך פרייען, אלעס אינאיינעם, און דארט קענסטו אפילו זאגען אז איך בין אנגעזעצט און גערעגט איך וועל אפילו מודה זיין צו דיר,
די אשכול לאז ביטע איבער פאר די נייעס בנוגע די נסיעה און נארמאלע דיסקאשענס דערויף.

שכויעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בני ברק ( מהר"א )
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.