איך האב א חבר וואס איז געווען מיטן רבין אין ארץ ישראל, ער האט מיר היינט געשיקט אויף אי מעיל א שטיקל באריכט, איך בין עס מעתיק דא כלשונו:
שלום עליכם.... היינט צופרי בין אין צוריקגעקומען, וואס זאל איך דיר זאגן, ווי זאל איך אנהייבן, ס'איז אין איין ווארט "אשרי עין ראתה כל אלה", גאנץ ארץ ישראל איז אויף מיטן רבין, ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען רעדן פון רבין, איך בין נאך אביסל מיד, איך וועל פרובירן צו שרייבן קורצע פונקטן לויט ווי איך האב מיר פארצייכנט אויפן פליגער, דאס איבריגע וועלן מיר רעדן אי"ה שבת.
דער רבי איז אנגעקומען מיטוואך צופרי בערך 9:00 אזייגער, פון עריפארט איז מען געפארן קיין אלעד ווי מען האט געדאוונט שחרית און דערנאך אביסל אפגערוט מטורח הדרך.
מיטאג צייט איז דער רבי געפארן קיין בני ברק למעון קדשו פון הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א ווי ס'איז געווען א הערליכע שמועס בדברי תורה והלכה, הרב וואזנער האט מכבד געווען דעם רבין ביותרת הכבוד, און מורא'דיג שיין אנגעוואונטשן בלשונו "למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל" ער האט געזאגט פארן רבין "א שם טוב קומט איבעראל אן, איך האלט אין איין הערן די גוטע גריסן פון אייערע פעולות אין אייער ממלכה". ער האט זיך אויך באדאנקט פארן רבין אויף די התמנות פון נכדו הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
דערנאך איז מען געפארן צו די חתונה ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה ביים קבלת פנים און ביי די חתונה, דער רבי האט מכבד געווען הרב וואזנער מיט סידור קידושין.
די מצוה טאנץ האב איך פשוט נישט די ווערטער צו באשרייבן, ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט.
דאנערשטאג צופרי האט מען געדאוונט בערך 9:00 אזייגער, נאך פרישטאג איז דער רבי געגאנגען באזוכן די פאלגנדע רבנים
האדמו"ר מגור
הרב לאנדא
האדמו"ר מבעהוש
האדמו"ר מטשערנאביל
האדמו"ר ממאחניווקע
האדמו"ר מסלאנים
הג"ר יוסף מאיר אלטמאן אב"ד חוג חת"ס
הג"ר נסים קארעליץ
נאך מנחה איז אריבערגעקומען צום רבין דער שומר אמונים רבי אויף א באזוך, און דערנאך דער קוממיות'ער רב.
דערנאך איז דער רבי געווען באזוכן הר"ר בנציון יאקאבאוויטש, און ביי האדמו"ר מספינקא ב"ב, ווי אויך איז דער רבי אומגערישט אריבער אין די היכל ישיבה קטנה צו זען ווי די בחורים לערנען
שפעטער איז דער רבי געגאנגען צו די הכנסת ספר תורה וואס איז געווען אין בית המדרש דחסידי סאטמאר אויף רחוב רמב"ם, ווי נאך די פייערדיגע ריקודין האט דער רבי משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש בעניני מסירות נפש, ארויסברענגענדיג אז אויף דעם מקום האט מרן רביה"ק זי"ע געהאלטן די באוואוסטע פייערדיגע דרשה אין יאר תשט"ו ווי ער האט מברר געווען די איסור צי גיין צי די בחירות פין די המינות אז עס איז יהרוג ועל יעבור, די רבי ז"ל האט דארט געשריגן אז ער איז גרייט אויף מסירות נפש אפילו מען זאל ר"ל שיסן (אזוי ווי עס איז געווען טייל וואס האבן אים געזאגט אז אויב וועט ער האלטן ער די דרשה דעמאלס איז עס בנפשו) וועט ער ווייטער ארויס זאגן די דבר ה' הרמה. און דער רבי האט אויסגעפירט איז דבריו הקדושים איז קאים וקיימים רעדנדיג איבערן חומר האיסור פון די בחירות.
נאך די דרשה איז דער רבי געווען באזוכן ביי זיין שווער כ"ק אדמו"ר וויזניץ שליט"א, ביי הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, און ביי האדמו"ר ממאדזיץ, און ר' מנחם ערנסטער שליט"א.
פרייטאג צופרי האט דער רבי געדאוונט מיט די תלמידי הישיבה אין היכל הביהמ"ד, נאכן דאווענען איז געווען א מסיבת לחיים לכבוד די צוויי נדבנים הר''ר עקיבא צבי קליין נ''י וואס האט אפגעקויפט דער זכות פון די היכל הישיבה קטנה, און הר''ר יעקב זוסמאן סופר נ''י וואס האט זיך מתנדב געווען איבערצובויען די מקוה. דאן האט דער רבי געזאגט א דרשה פאר די בחורים, א פלפול גג על גג אין די סוגיא "מצוה הבאה בעבירה", און שטארקע דברי מוסר פאר די בחורים. מען האט געענדיגט בערך 1:00 מיטאג.
פרייטאג צי נאכטס האט די רבי נישט געדאוונעט מנחה צוליב וואס אין ארץ ישראל זאגט מען שוין ותן טל ומטר, די מחותן דער דעעשער רבי איז צוגעגאנגען צים עמוד.
די טיש פרייטאג צו נאכטס איז געווען זייער דערהויבן, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר אנ"ש, די תורה איז געוווען בדרוש אין די ענין ווי אזוי אברהם אבינו האט זיך געקענט מל זיין יום כיפור ווי באלד ס'איז געווען מילה שלא בזמנה, און דער רבי האט משלב געווען אין דעם די סוגיא פון מצות לאו להנות נתנו און מלשאצל"ג.
נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארציילט מעשיות פינעם הייליגען בעלזער רב ר' ישכר דוב זי"ע וואס זיין יארצייט פאלט אויס די וואך דאנערשטאג.
נאכדעם האט דער בדחן ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגעגראמט דעם רבי'ן, און דער רבי האט געטאנצען מצוה טאנץ. נאכדעם האט געטאנצען אבדק"ק בארא פארק שליט"א, מיט הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א.
צופרי איז די רבי שליט"א געווען ביי די חברת תהילים ווי די רבי האט געזאגט דברת קודש פאר די קינדער.
שחרית איז רבינו שליט"א צי געגאנגען צום עמוד, די הויכע שמונה עשרה האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר וומסב"ג שליט"א, תפלת מוסף הגה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א.
צו קידושא רבה איז די רבי געגאנגען צי ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א שו"ב.
די רבי האט געגעסן מיט די משפחה, ד"ת ביי די סעודה האט געזאגט ר' זלמן האלבערשטאם שליט"א.
שלש סעודות איז געווען די קלימאקס פינעם שבת א מורא'דיגע התעוררות אין זייער ווארעם גערעדט וועגן מסירות נפש און וועגן לימוד התורה.
תיכף נאך הבדלה איז דער רבי ארויס פון א זייטיג טיר אהיימגייענדיג למעונו פון ר' חיים הערש מייזליש, (וואס הגם מען האט נישט צוגעגרייט קיין שום באגלייטן וויסנדיג רצון קדשו פון רבין, דאך האט דער רבי נישט געוואלט שטעלן דעם עולם פאר א נסיון).
בערך 9:00 האט דער רבי אנגעהויבן געזעגענען דעם ציבור ביז 4:00 פארטאגס. במשך די נאכט איז אויך געקומען פון ירושלים באזוכן האדמו"ר מדושינסקיא ווען בתוך הדברים האט ער זיך באדאנקט אויף די התמנות פון בנו ר' דוד דוב אלס רב הביהמ"ד אהל פיגא אין קרית יואל
זונטאג צופרי איז געווען צוויי ברית'ן, נאכדעם איז דער גערער רבי געקומען אויף א ביקור גומלין צו רבינו שליט"א וווי ס'איז געווען א שינע שמועס.
דערנאך איז רבינו שליט"א געגאנגען באזוכן ביי
הג"ר שמואל אליעזר שטערן דיין בבי"ד שבט הלוי
האדמו"ר מדעעש ב"ב
הג"ר משה שאול קליין דיין בבי"ד שבט הלוי
הג"ר שלמה זלמן אולמאן ראה"כ עצי חיים
ווען דער רבי איז צוריקגעקומען למעון קדשו איז פארגעקומען א אסיפה מיט די הנהלה פון עדה החרדית.
דערנאך איז געווען אויף ביקור גומלין
הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א
הרה"צ ר' מנחם ערנסטער שליט"א
דערנאך האט דער רבי געזאגט א פאר ווערטער פאר תלמידים פון עפעס א ישיבה תפארת בנים (נישט מונקאטש) וואס זענען געקומען נעמען א ברכה פון רבין
דאן האט דער רבי אנגעהויבן געזעגענען דעם ציבור ביז 4:30 פארטאגס
במשך הזמן איז אויך געווען הג"ר מתתי' דייטש חתן הגה"צ ר' משה האלבערשטאם אויף א באזוך און זיך מזכיר געווען בפו"פ
ווי אויך האבן באזוכט זונטאג נאכט
האדמו"ר מסלאנים
האדמו"ר מנאדבוירנא
הרב לאנדא
האדמו"ר מראדזין
האדמו"ר מבעהוש
האדמו"ר מטשערנאביל
הרב יודא ניישלאס מו"ץ עדה החרדית
הרב מחליסה
הרב אלי' כ"ץ רב השיכון
האדמו"ד ממאדזיץ
האדמו"ר מבעלז מאכניווקא
הרב מראחוב רמת גן
הג"ר משה שאול קליין דיין בבי"ד שבט הלוי
הג"ר נחום ראטשטיין ר"י נזר התורה
בערך 1:30 איז דער רבי געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א נגיד וואס האט געגעבן געלט פאר כולל עצי חיים, דערנאך וויטער געזעגנט ביז 4:00
מאנטאג האט דער רבי געדאוונט אין תלמוד תורה מיט די קינדער, נאכן דאווענען האבן די קינדער מקבל פנים געווען דעם רבין בשירה וזמרה, א אינגל האט אויך געזאגט שיינע חרוזים
דערנאך האט דער רבי געזאגט פאר זיי פייערדיגע דברות קודש
שפעטער נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך די הנהלה פון כולל שומרי החומות, ווי אויך איז געקומען באזוכן ר' בנציון יאקאבאווטש
נאכדעם איז מען געפארן צום גרויסן מעמד שבע ברכות און סיום מס' ביצה וואס איז פארגעקומען אין א גרויסע זאל, מען האט געהערט פיעערידע דרשה פון הגאון הגדול בעל שבט הלוי מיט געוואלדיגע שבחים אויף רבינו שליט"א
דערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט א דרשה איבער א שעה, מעורר געווען אויף לימוד התורה צניעות קאמפיוטערס ועוד ועוד, איך וועל יעצט מער נישט מאריך זיין ווייל איך יאג מיר ועוד חזון למועד