| נשלח ב-17/11/2008 11:48 |
|
| |
דער פארום ווערט באגרעניצט
נאכדעם דאס מיר האבען געמוזט מעקען דעם גאנצען שמוץ וואס מען האט אין אונזערען פארום אריינגעשמירט, און דאס קיינער האט זיך נישט אנגערופען אינז מודיע צו זיין אין די תיבה אישית, האבען מיר מחליט גיווען דאס אין דעם פארום וועלען קענען שרייבען נאר די וואס וועלען באקומען רשות.
רוב פון די וואס האבען ביז היינט געשריבען וועלען באקומען רשות אן קיין פראבלעם. שרייבט נאר ביטע צו מיין תיבה אישית און איך וועל זיך משתדל זיין ווי שנעל מעגליך ענק איינצושרייבען אלץ באשטעטיגטע שרייבער.
מיר האפען פון יעצט און וויטער צו האלטען אונזער פארום בגבולות הקדושה, הטהרה והחכמה.
עס האט נאך א פאר רכילעסדיגע אשכולות וואס מען מוז מעקען. האפענטליך קומט עס אויס בקרוב ממש.
מיר בעטען ווען עמיצער האט א הערה אויף עפעס וואס לדעתו זאל גימעקט ווערען זאל ער זיין אזוי גוט און אונז שרייבען אין די תיבה אישית. ליידער האבען מיר נישט גענוג צייט און גענוג חברי הנהלה שטענדיג בודק צו זיין וואס עס טוט זיך דא.
א דאנק און א ביטע פאר אייערער הילף און מיטמאכען.
תוקן על ידי עצור_כאן ב- 17/11/2008 11:47:25
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2008 02:13 |
|
| |
איך פארשטיי פארוואס איר זענט נישט דא געווען, דער פארום איז פשוט געשלאפן, און איר האט זיך שוין מייאש געווען דערפון.
נאך א לאנגע צייט איז געקומען איינער און האט עס אויפגעלעבט, אבער ער איז געגאנגען צו ווייט, מיט שטארקע דברי זילזול אויף אידן.
אבער וואס וועט זיין איצט? איך מיין אז דער פארום גייט צוריק גיין שלאפן.
איז אז איר עפענט א פארום, זאלט איר ביטע שרייבן דא אפט, און עס נישט לאזן אזוי פארפאלן גיין.
דרך אגב, דאס פארשפארן דעם פארום, וועט נישט העלפן אז ס'זאלן צוקומען מער שרייבער דא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 16:19 |
|
| |
יענער איז א פרשה פאר זיך וואס ער האט מיט די הנהלה פון העבראישען עצכח און עס איז נישט נאר דאס "ער איז געגאנגען צו ווייט", אבער דאס ער איז בכלל באגרעניצט כמעט נאר צו דיעות וואס פאשרטויסען און צו פארשעמען ואכמ"ל.
לגבי דעם פארום, בשעת מען האט איהם גיעפענט איז עס גיווען לויט די בקשה פון יידישע שרייבר וואס האבען שפעטער פארלאזט דעם פארום [און אויך אנאנדערער פארום וואס זיי האבען גיעפענט].
די מנהלים דא שרייבען וואס זיי האבען צו שרייבען בעיקר שוין אין דעם העברעאישען עצור אזוי אז זיי קענען זיך נישט צופיהל באשעפטיגען מיד דעם פארום דא מעהר וויא נורמאלע שרייבערס.
אבער ר' לאנדסמאן, אז דו ביסט גרייט זיך מצטרף צו זיין צו די הנהלה דא, אשרינו!
אויב דו וועסט וויסען אז עס איז דא א פאטענציאל פון שרייבערס וואס וואלטען גיקומען און זיי האלטען זיך צוריק וועגען דעם פאשרשפארען, וועט מען קענען אדער זיי אריינלאזען אדער צוריק עפענען אויב עס וועט דא זיין א משגיח תמידי.
נאך א זאך; אויב עמיצער האט א וויכטיגע הודעה וועגען דעם פארום איז ער גיבעטען דאס א חוץ מיר צו שרייבען אין די תיבה האישית, זאל ער אויך שיקען א מייל אדער נאך א הודעה פאר די הויפט הנהלה פון עצכח [אונטער דעם דאזגען ניק "עצכח"] וואס וועט שוין וויסען ווי מיך מודיע צו זיין.
דאס מייל איז:
[email protected]
תוקן על ידי עצור_כאן ב- 19/11/2008 16:18:39
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2008 00:00 |
|
| |
מיסטער לאנדסמאן, איז נישט בעסער אז דע פורום שלאפט, ווי עס איז דא דע ניוול פה פון דעם חזיר קלאזיו ? דא האט ער געשפילט דע רולע פון א היימישע חזיר וואס האט פיינט אלע גדולי הדור, און זיין נייע פורום ווייזט ער וואס ער איז באמת, א חילוני גמור וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט יודישקייט, און חוץ זנות איז גארנישט דא אין זיין קאפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2008 00:03 |
|
| |
גערעכט, אבער מ'קען צענזורירן וואס ער שרייבט.
ס'איז ממילא מער נישט נוגע, ווייל ער גייט מן הסתם נישט שרייבן דא מער.
|
|
|
|
|