בית פורומים כל העולם כולו

שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2008 16:27 לינק ישיר 
שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

נאכן מספיד זיין הגז"ל א לאנגע צייט נעכטן אין ראדני, ארויסברענגענדיג וואספארא מורא'דיגער סבלן הגז"ל איז געווען די אלע יארן, און וואספארא מורא'דיגער בעל יסורים ער איז.. האט ער געברעכן די נייעס אז ... מער נישט!! דער רבי האט  נישט קיין סבלנות... עת לעשות לה'...

ס'איז נאר מורא'דיג אינטרעסאנט, אז נאכן מסביר זיין א שעה צייט אז די בית החיים באלאנגט אויסדריקליך פאר זיי.. און דאס וואס הנהלת קיט"ל זאגט אז מאיינקאסירט געלט פון די משפחה פון א יעדען בר מינן.. איז סתם ליגנט.. צו פארפירן די מוחות פון די "תמימי לב"... נו? אויב אזוי וואס איז דאס וואס ער מעלדט אז "מ'גייט נעמען שריט"....???

שוין ווייטער איז ער דער געוואונער וואס גייט אין קאורט...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 16:33 לינק ישיר 

אויסצוגן מדברי הנ"ל: "מיר געדענקן נאך אלע א' חיי שרה תש"ס לפ"ק..... האט דער רבי ז"ל דער ברך משה געזאגט... איך וויל ר' זלמן לייב פאר רב דא אין וויליאמסבורג..."

שטעלט זיך ווידער די פראגע: נאר וויליאמסבורג?
נאר רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 16:49 לינק ישיר 

קען איינער ברענגען מער אינפראמאציע וואס עס איז געווען דארט נעכטן? וואס האט ער געזאגט? האט ער עפעס מחדש געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 17:16 לינק ישיר 

א איד זאגט מיר היינט אז עס איז געווען דארט פיל א גרעסערע עולם ווי ביי די הקפות...

דער ציבור איז ארויסגעגאנגען שטארק צובראכן זעהנדיג פאר א פאקט אז דער "בית החיים" באלאנגט נישט פאר זיי, נאכדעם וואס מ'רעדט זיי שוין איין די לעצטע חדשים אז קיינער צאלט נישט פאר די אהרונים. אבער מיט דעם אלעם איז געקומען די צייט צו נעמען שריט! לא עת לחשות, ולא עת לדבר, עת לעשות לה' האט ער אויסגעשריגן.

אינעם גאנצן דרשה האט ער נישט דערמאנט קיין איין ווארט אז ער פלאנט צו ריפן די אנדערע צד צום דין תורה. ער איז נאר געווען פארנומען אראפצושליידערן פון זיך דעם צוגעקלעבטן נאמען "הולך בערכאות" מיטן טענה אז ר' דוד עקשטיין  איז שוין אויך געגאנגען אין קאורט ביי געוויסע פעלער.

ער האט געבעטן אז אין פאל פון א צרה זאל מען "ווייטער".. צאלן אויסדריקלעך פאר די זאלי'ס. "קיינער האט נישט פארלוירן זייער זכות" זאגט ער. מיר איז נאר א ווינדער וואס ער פלאנט צו טוען מיט די מענטשן. דאס אז מאנטאג וועט מען עס אי"ה ערלעדיגן האב איך שוין געהערט, אבער עס האט גאר ווינציג געהאלפן.

לדעתי גייט שאול פערלשטיין אריין אין רעקארד פארן רעדן הויעך אויף א מייק פאר אזא לאנגע צייט, א קייט פון שטותים און הבל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 18:25 לינק ישיר 

שפיטצער


אז האסט נישט געהערט די דרשה רעדט נישט.

ער האט קלאר געזאגט אז ער האט זיך געוואלט דורכקומען מיט די הולכי בערכאות, אבער עקשטיין האט אים צוריקגעוויזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2008 18:29 לינק ישיר 

ער האט עס אליינס געזאגט????




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 18:29 לינק ישיר 

דוד'ל ,איך מיין אז דו ביסט דער וואס האט נישט געהערט די דרשה אויב זאגסטו אז פערלשטיי ןהאט דאס געזאגט.

ער זאגט אויסדריקליך אין זיין הקדמה אז "ס'זענען דא צווישן אונז 'תמימי לב' וואס פרעגן אז 'אפשר דאך' זאל מען זיך מיט 'זיי 'אראפזעצן?... וועל איך דא מסביר זיין און אלעס פארענטפערן פארוואס נישט..." עכ"ל, מילא וואס דרייסטו מיר א קאפ אז ער האט געזאגט אז ר' דוד עקשטיין האט דאס צירוקגעוויזן?

דרך אגב זעה איך אז ר' דוד מאכט ב"ה גרויס פראגרעס אינעם קעיס וועגן די רעביצין'ס הויז, אז פערלשטיי ןהאט געפונען פאר וויכטיג דאס צו באטאנען ביי זיין רעדע..



תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 17/11/2008 18:29:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 18:31 לינק ישיר 

אין בג"ץ אין בני ברק אן א היתר איז ער דעמאלטס נאך געווען א סבלן אדער נישט?
ווען מ'איז אריין אין קאורט צו אמבראסיא אן א היתר בי"ד איז ער אויך געווען א סבלן?

ווי גייט נעקסט דער נועם הסבלנות
גייט ער אויך גיין אין קאורט קעגן סקוואדראן, יעצט אז רז"ל האט אראפגענומען זיינע הענטשוך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2008 18:46 לינק ישיר 

יונה'לע


זאג מיר ווער באצאלט די וועידזשעס פאר דיינע בני ברקער מלמדים?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2008 18:56 לינק ישיר 


נא דוד'ל זאגט טאקע ווער???

אין ביי די וועי אז מען רעדט שוין יא, זאג אויך ווער באצאלט די וועידזשעס פאר דיינע מלמדים אין בארא פארק???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 19:53 לינק ישיר 

איך בין זייער נייגעריג וועלעכע חלק האט ארויס גענימען דעם נועם הסבלנות פין די כלים whot trigerd it



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2008 20:05 לינק ישיר 

איינער פארשטייט די פאונט פון פערלשטיין'ס צרות? וואס וויל ער ארויסברענגען מיט דעם? ער וויינט מיט קראקאדיל טרערן אז ער איז א רחמנות... א יתום ... נעבעך.. א גרויסער רחמנות אבער וואס האט דאס מיטן נועם הסבלנות צוטוהן??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 20:11 לינק ישיר 

ווי קען מען עס הערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 22:09 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

http://www.savefile.com/files/1890640

http://www.savefile.com/files/1890696




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2008 22:38 לינק ישיר 

א שאד...
ווען ער רעדט ווען יעדן טאג וואלטן יודן נישט געדארפט זוכן comodey אין גויאישע פלעצער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2008 22:42 לינק ישיר 

די פילפול איז געווען פון די היילייטס
מה דאך אז די טרענספער פון האלב בית החיים האט די געריכט מבטל געווען
אוודאי אז די גאנצע טרענספער איז בטל... ודו"ק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext