|
|
| נשלח ב-19/11/2008 03:45 |
|
| |
דוד די ווערסט פריטשמעליעט ווען מען רעדט פין מסר'ן UTA
דאכט זיך מיר עטץ טיטס די זעלבע אין ב"פ
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 03:50 |
|
| |
די מסירות קעגן יצחק ראזענבערג, און עס אריינגעלייגט אין דעילי ניוז אז מוסדות יטב לב האט פארבינדונגען מיט די מאפיא!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 03:55 |
|
| |
גע'מסר'ט 26 בחורים דורך דעם פימפערנאטער יעקב הערש ווייס
דעס האט יא גע'מעג'ט ?, נאר וואס ור' מנשה לויט, דארט מעג מען יא מסר'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 03:57 |
|
| |
דוד
די האסט פראווף אז י. ב. האט גע'מסר'עט א.א.מ.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 16:58 |
|
| |
ווען ר' יעקב הערש וואלט ווען עדות געזאגט קעגן די 26 בחורים וואלטן זיי נישט באפרייט געווארן אזוי שנעל!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 17:13 |
|
| |
אהה כ'האב פארגעסען....
דעמאלטס איז נאך געווען די סבלנות יארען...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 19:13 |
|
| |
דער דזשאדזש האט דיסמיססד די קעיס!
ווייל יעקב הערש ווייס האט אזויפיל אויטאריטעט וויפיל פערלשטיין האט.
ZERO
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 19:31 |
|
| |
פערלשטיין? דו ביסט גוט אויסגעברענט! מען האט אנגעדרייט דעם פערלשטיין אויף מארסי היוז סט. אין ער צאפט ווי א בין שעלט ווי א טייגער, דיפרעסיע דיפרעסיע דיפרעסיע!!
די גאנצע טריק פון די דרשה איז אזוי, די זאלים קענען נישט דורכטראגן אז דער וועלט איז פריש אונטערן רושם פון די הערליכער נסיעה פון רבינו שליט"א אין ארה"ק, אין אז די טעלעפאון ליינס פון איבער די גאנצע וועלט צו מיטהאלטן די דברי חוצב איז איבערגעפלאסן.
דאס באדערט זייער שטארק. יא! עס איז שוין די צווייטע מאל אין קוים א יאר צייט, וואס די בני אר"י האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א זאל זיי אויך געבן אביסל הייליגע שעות, יא! עס איז וואויל אין שיין צו קוקן וויאזוי דער היילער בעל שבט הלוי זאל זאגן אזעלעכע פייערדיגע דיבורין אויף רבינו שליט"א.
יא עס ציפט! עס באדערט! הלוואי וואלט דאס נישט געווען טראכטן צו זיך די דיפרעסטע ראדני אידן.
איז געקומען די דעפרעסטער פערלשטיין, אין אויסגעטראפן וויאזוי צו אויסשפילן די שטן, פארדרייען די שמועס פון אר"י, האבן זיי געברויכט אהער שטעלן עפעס א אקציע אז מען זאל נישט רעדן פון די נסיעה א גאנצו צייט,
דער פראבלעם איז נאר אז די ארונים הייבן אים שוין אהן צו גלייבן זייענ דמיונות, ווי זאגט יענער אז אין ביהמ"ד הגדול הופפער האט זיך פארקויפט מער טעיפס פון זיינע וועפערישע דרשות ווי אין ראדני, ..... דעפרעסטע זאליס, באגראבטס ענק מיטן דרשה, מיר וועלן אין די צייט זיך ווייטער אנווארעמען מיטן הייליגע דרשות פונעם רבין שליט"א, מיר וועלן איבערהערן נאכאמאל אין אנאכאמל די הייליגע ווערטער פונעם "בעל שבט הלוי" יא!!
אשריך סאטמאר רבי!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 20:22 |
|
| |
לאמיר גיין שטאטליך:
פראסקעס שרייבט: "אין הופער האט זיך פארקויפט מער טעיפס אין אין ראדני" — אבער ער שרייבט אז די זאליס זענען דעפרעסט...
פראסקעס שרייבט: "מיר וועלן זיך אין די צייט ווייטער אנווארעמען מיט די הייליגע ווערטער פון בעל שבט הלוי" — אבער די זאליס זענען דעפרעסט...
לאמיר דיר זאגן פראסקעס: איך האב נישט געזען קיין שום חסידות וועמענס רבי מוז כסדר ארומפארן מען זאל אים אויסלויבן און אוסירימען כדי זיינע חסידים זאלן האבן חיזוק...
שיין שטייט ער דיין צדיק'ל אז ער מוז כסדר ארומפארן הערן ווי מען רימט אים אויס, און שיין שטייען זיינע חסידים וועלכע קוקן ארויס בכליון עינים צו הערן א גוט ווארט אויף זייער רבי'ן...
אבער פארגעסט נישט זיי זענען ח"ו נישט דעפרעסט...
יעצט לאמיר זינגען אינאיינעם" אשריך סאטמארער רבי... (איך האב נישט געזאגט אז די אהרונים זענען ח"ו דעפרעסט...)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 20:57 |
|
| |
וואס גייט פאר, גייען די מסרבים לדין והולכי ערכאות העולמי אריינגעבן א נייע קלאגע אין געריכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 21:34 |
|
| |
דוד46 אין הכי נמי,
זאגסט דאך ממש מיינע ווערטער נאר אין אנדערע וועג אויסגעדרייט, די זאליס זענען די פרעסט, אונז ברויכן נאך מער דברי תורה פונעם רבין שליט"א, אונז שיק מיר אונזער רבי OVER SEAS צו קענען הערן וואס די צדיקי גדולי הדור האבן צו זאגן אויף אים.
בנוגע דעם טעיפ פארקויפעריי, יא! דאס וואס איך זאג, אז אין הופפער פארקויפט זיך דאס שוין באלד מער, ווייסט פארוואס? ווייל אין ראדני טראסט מען אים שוין נישט דעם דעפרעסטער איד וואס וואלגערט זיך אויס זיינע בויך וויי אין פובליק, ליידער ליידער איז דא נעבעך אידן וואס מיינען נאך אז ער רעדט איין ווארט אמת, אין אסאך פון די אידן דרייען זיך אין הופפער.
אין בנוגע ארומפארן ארום די וועלט הערן שבחים, יא! אז עס איז נישט דא ווי צו גיין הערן, פארט מען אויף אנטווערפן... (געדענקסט נאך די נסיעה?? זאג מיר נאר נאך א שטיקל פון די דרשה) מען פארט מיט אויסגעצאלטע 100 טיקעטס פון קווינסע בויעס, אין מען גיבט אריין א ס"ת למען ידעו! אז אייראפע לעבט פאר ר' זלמן.
עס זאל זיך דיר נישט דאכטן איין רגע אז ווען דער הייליגער בעל שבט הלוי וויל נאר זאגן א דריטל וואס ער האט געזאגט אויף רבינו שליט"א, וואלט מען געכאפט א פליגער פון אנטווערפן אויף ארה"ק צו קענען הערן די ווערטער, אבער.... ער זאגט דאך דאס נישט.... פארט מען נישט!! פארט מען אויף אנטווערפן.... געדענקטס נאך די נסיעה?
יא די וועלט קוקט ארויס ווער עס איז כח התורה, יא! קענסט פרעפלען אין נאכזינגען דעפרעסטע ווערטער פון ראדני אידן, עס וועט נישט טוישן די פאקט אז די רבי שליט"א איז די עמוד התורה אין גארער וועלט.
עטס קענטס ענק ווייטער אונטער האלטן מיט נארנעים אין זינגען דרשות, מיר וועלן ווייטער הערן דברות קודש פון רבין שליט"א און פון הייליגען בעל שבט הלוי זאל זיין געזונט!
מיר וועלן ווייטער ענדיגן מסכתות עפ"י פקודת כ"ק רבינו שליט"א, מיר וועלן ווייטער אנפילן א היכל ראזענבערג אין ק"י און אין וויליאמסבורג! אלעס בפקודת אונזער הייליגער רבי'ן שליט"א, ממשיך דרכו פון זיין טאט'ן ז"ל, המשך פון דברי יואל און ארויף.
אין נאכאמאל! אשריך סאטמאר רבי אשריך!!!
תוקן על ידי פראסקעס ב- 19/11/2008 21:33:18
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 21:39 |
|
| |
זייער גוט פראסקעס!
זאל דיין צדיק'ל ווי מער ארומפארן הערן ווי מען רימט אים אויס, ווייל אנדערש איז זיין רעביסטעווע איינגעשטעלט...
זיינע קעלבער וועלן פארלירן דאס פארגלייבקייט אין אים, ווייל ער איז נאר גוט ווען ער האט "אלעס", און אויב נישט "אלעס" זאל ער כאטש זיין אין די העדליינס און יעדער זאל רעדן פון אים, און אים אויסלויבן...
אבער ח"ו, עטס זענטס נישט דעפרעסט...
יעצט לאמיר זינגען אינאיינעם" אשריך סאטמארער רבי... (איך האב נישט געזאגט אז די אהרונים זענען ח"ו דעפרעסט...)
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 21:56 |
|
| |
דו רעדסט פון אנטווערפען.
ווען איך דערמאן זיך די שרעקליכע דורכפעלער מיט די אנטווערפען נסיעה, קומט פשוט צו ברעכן.
1) ר' לייביש לייזער האט געטריבן ליצנות פון זאלי'ן און די גאנצע "הנהגת תורה קאמפאני" און דו ווייסט עס גאנץ גוט. ווען ער האט נישט געוואלט טאנצן. ער האט נישט געוואלדן רעדן. און האט געפירט טיש איין וואך נאכן אנדערן, און זיך גוט אויסגע'מייכענט, אויף דעם עם הארץ.
2) די נסיעה קיין אנטווערפען האט געזאלט איינפעדימען קנאות אין אנטווערפען, און אנהייבן א נייע קאפיטל אין די מיידל שולע אז מ'זאל מער נישט נעמען קיין געלט פון די ארטיגע רעגירונג.
3) רז"ל האט געשריבן א בריוו און עס געדרוקט אין דער איד, ווי ער שרייבט אז מ'מוז זאפארט אויפהערן נעמען געלט, און אז ער האפט דאס דורכצופירן. און ער איז געפארן מיט א משוגענעם טראסק, מ'האט געצאלט טיקעס פאר יונג און אלט, אפילו דער אלטער יאסל וויינשטאק (מעכיל וויינגארטענ'ס זיידע) האט זיך ס'ערשטע מאל געטראפן פארן אויף א פאליטישע נסיעה מיט א רבי'ן... אינאיינעם מיטן אייניקל זיינעם.
4) מ'האט געשיקט פארענטשטעס מיט א שיף - און געמאכט א פאמפע און פאראדע וואס האט געקאסט איבער א מעלאנע.
סך הכל... מ'איז אהייגעמפארן ווי מ'איז געקומען - אויפגעטאן א רעטעך. מרדכי שטויבער האט זיך אויסגעלאכט... די מוסדות דארט נעמען ווייטער געלט און דער שיכור איז אהיימגעקומען...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 21:59 |
|
| |
זאגסט אז אויב פארט ער נישט איז עס איינגעשטעלט מיט די רעביס'טעווע?? אוי געוואלד!! אזוי??
אבער איין מינוט! דוד האלט איין מינוט....
וואס רעדסטו!!! עס איז שוין לאאאאנג אין דער ערד, ער האט שוין גארנישט אין ווילימסבורג- ב.פ. - ק"י - מאנסי - גאאאאארנישט!
האסט נישט געהערט אז מען האט פארשפארט הופפער?? נישט איינס, ביידע!!! 13-14גענצליך אפגעשפארט!
האסט נישט געהערט אז מען האט פארקויפט די ריזיגע בנין אויף ווייט עוו. פאר העלפט די פרייז וואס מען האט עס געקויפט?? האסט גארנישט געהערט??
לאמיר דיר פארציילן נייעס דוד'ל, מען האט פארקויפט די ריזיגער בנין אויף וייט עוו. מיט אירע 250 קלאסן פאר די זאליס, ווייל די בנינים זייערע פון די זאליס איז נישט גענוג מער, אפילו מען גייט נוצן ווילסאן סטריט פאר די מוסדות, אין מיט דעם אלעם איז עס נישט גענוג. זיי האבן געמוזט געצווינגענערהייט אפקויפן נאך א בנין,
אין GUESS WHAT סאטמאר האט זיי פארקויפט די בנין ווייניגער פון 5 מיליואן דאללער, האסט גארנישט געהערט?? די שטאט איז אויף רעדער.
זיכער פאר דעם איז די רבי שליט"א געפארן יענע עק וועלט דארט פארשטופט ערגעץ אין MIDDLE EAST מען האט געהערט אז עפעס א אידל וואס זיצט שוין קרוב צו 80 יאר ביום ובלילה אין זיך מיגע אויף תורה,מען רופט אים די "בעל שבט הלוי", עפעס אזוי... ער וויל פשוט געבן שבח ווערטער פאר דעם צובראכענעם סאטמארער רבין וואס האט אאאאאלעעעעעס פארלוירן אין ווילימסבורג, ב.פ., ק"י, מאנסי, נעעעבעך...
נו אוודאי איז ער געפארן הערן וואס יענער האט צו זאגן, אבי איינער אין די וועלט איז אויף זיין זייט.
אשריך סאטמאר רבי שליט"א! אז די האסט נאך איינעם אויף די וועלט אפילו עס איז טאקע יענער עק וועלט, וואס האט נאך צו זאגן א גוט ווארט פאר אייך!
אשריך!!!
תוקן על ידי פראסקעס ב- 19/11/2008 21:56:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2008 22:11 |
|
| |
איך מוז מוחה אויף פראסקעס אין גוט זאגער כ'מיין ווי פיל איז דער שיעור צו צאפן דאס בלוט פון דוד46 ?
עטץ זעטס נישט אז פון יעדע שורה זיינער שרייט ארויס דאס דעפרעסקייט (כ'מיין דאס רואיגקייט)?
עטץ זעטס נישט ווי דער בעל שבט הלוי שליט"א איז געווארן גירא בעיני דשיטנא?
וויפיל חיצים ובלוסטראות די פארשטינקענע זאליס ובראשם זייער היידפארק קארעספאנדענט דוד 46 שיסען אויפן חשבון פון בעל שבט הלוי שליט"א ??
כ'מיין אלעס האט א שיעור? נישט אזוי?
זעהסט דוד46 איך נעם מיך אן פאר דיר, גיי זאג פאר דיין משלח שאול פויערשטיין אז עס איז נאך דא עטליכע איינשטענדיגע ארונים.....
תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 19/11/2008 22:11:18
|
|
|
|
|