בית פורומים כל העולם כולו

שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2008 23:25 לינק ישיר 

דוד ווען קימט ארויס א קול קורא קעגען אנטווערפענער מוסדות פארן שייגעץ שטיק צינעמען ל"ע געלט פין די רעגירונג אדער הגז"ל גייט נאך אמאל פארען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2008 23:39 לינק ישיר 

די אהרונים זענען נעבעך אזוי צעקאכט פון די דרשה.


זעט אויס אז דער צדיק'ל האט מורא אז זיינע בחורים וועלן ליינען וואס עס גייטט באמת פאָר...

לעבן זאל די רעוואלוציע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2008 23:47 לינק ישיר 

יא יא... אונז זעמיר ליידער אזוי צוקאכט פון די דרשה
אבער עטץ צוזאמען מיט פערלשטיין זענען צוקאכט פון די פאקטן

תוקן על ידי מה_טובו ב- 20/11/2008 23:43:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2008 23:54 לינק ישיר 

דוד איך פארשטיי נישט אין די איד איז געווען קאפיס פין טשעקס וואס האט בכלל אויס געפעלט פערלשטיין דרשה אויפציווייזען אז ענק האבען עס נישט ווילסט מיר זאגען אז דיין רבי גלייבט נישט וואס עס שטייט אין די איד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2008 23:58 לינק ישיר 

אזוי? מען האט געשיקט די בחורים ארויס צו נעמען דער איד פון די געשעפטן?
שוטה שבעולם, מיר דריקן דאס איבער אין טויזענטער עקזעמפלארן, זאל די וועלט
זעהן קלאר אז דער בית החיים באלאנגט היינט צו טאג צו די אהרונים,
און זאל יעדער זעהן קלאר ווער עס וויל נישט גיין צו דין תורה?,

זאג נאר דוד'ל, איז דער שאול טאקע אזא טיפש, אדער האלט ער אז זיינע
אינטערטאנען זענען טפשים און קעלבלעך, ער שרייט אויס אז דער בית החיים
באלאנגט צו עהם סיי על פי תורה (טראץ וואס ער וויל נישט גיין צו דין תורה)
און סיי על פי חוקי הערכאות (טראץ וואס ער האט פארלאנגט גאנצע אכט מאל
פון די ערכאות מען זאל עהם באשטעטיגן אלץ דער לעגאלער הנהלת הקהלה
פון וויליאמסבורג און אלע ריכטער, אנגעהויבן פון באראש און באשטעטיגט
פון די אפעלעט קארט ווי אויך פון די העכסטע קארט אף אפיעלס אין אלבאני
און אויסגעלאזט ביי ריכטער עמבראזיא האבן דאס אפגעווארפן, והאחרון הכביד
ווי ריכטער עמבראזיא שרייבט קלאר ארויס אז איר האט שוין פראבירט איינמאל
און נאכאמאל באשטעטיגט צו ווערן אלץ די לעגאלע הנהלת הקהלה און אז יעדער
האט דאס אפגעווארפן, און דאס אז איר זענט אין ראדני איז נאר ווייל איר זענט דארט און נישט
אלץ לעגאלע בעלי בתים, רבי בערל פריעדמאן מיט רבי יצחק ראזענבערג זענען פונקט אזוי
בעל הבית אין ראדני ווי איר נאר איר זענט מוחזק און זיי נישט).

אלזא, דוד'ל, לאמיר שוין זאגן אז שאול איז יא גערעכט, און דאס געריכט וועט זיך יא מישן
אין די בית החיים קעיס, און לאמיר שוין זאגן אז זיי וועלן יא פסקענען אז די וויליאמסבורגע
קהלה זענען די ריכטיגע אייגענטימער פונעם בית החיים, נו, וואס וועט דאן זיין?
וויאזוי ווערט איר די אייגענטימער פונעם בית החיים? זיי האבן דאך קלאר געזאגט אז זיי
קענען זיך נישט מישן ווער עס איז דער לעגאלער בעל הבית פון די וויליאמסבורגער קהלה,
יא, איך פארשטיי אז דאס סבלנות האט זיך אויסגעלאזט, און איך פארשטיי אפילו
פארוואס, אבער העלפן וועט דאס אייך א גרויסע מכה, נישט בחינם האבן אונזער הנהלת הקהלה
אויפגענומען נאך צוויי פרישע ארבייטערס, זיי קענען פשוט נישט נאכקומען דאס מעמבערשיפ
פארלאנג, און ניין, דא רעדט זיך נישט פון אפאר הונדערט דאלאר,
מיר רעדן פון שיינע צענדליגע טויזענטער דאלאר,
און עס איז נאר יושר, צו שיקן א דאנק בריעוו פאר דעם אויסגעשפרעכענעם שוטה
שאול פערלשטיין, בא לחזק ונמצא חוזק...

אגב, פרעג שאול'ן פארוואס ער האט בבושת פנים צוריק געגעבן פאר משפחת
הרב מנייטרא שליט"א די געגאנבעטע 4000 דאלאר בפקודת זיין שוואגער
ענקער אזוי גערופענער ראב''ד'ל ר' ישראל חיים מנשה, הא? אויב זענט איר בעל הבית
נו, פארוואס האט איר צוריק געגעבן די געלט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 00:06 לינק ישיר 

געב נאר א מיש צוריק היידפארק מיט 3 יאר צוריק ווען ראזענוואסער האט ענק געגעבן די חיי שעה זיג ווי ענק האבן געשריבן אז "דער אמת האט געזיגט", ענק האבן שוין אלעס, און 3 וואכן דערויף איז געקומען דער סטטעיט, אבער ענק האבן זיך נאך אלץ געהאלטן אז דער אפעלעט וועט עס באשטעטיגן.


אבער געב א קוק דעם טאג ווען דער אפעלעט איז ארויסגעקומען, און שוין נאכמיטאג ווען ענקערע לאיערס האבן באקומען די הודעה פון אפעלעט קלערק אז באלד גייט ארויסקומען דער פסק און ווי שפעטער האבן ענקערע קעפ דא אויף היידפארק דערשמעקט אז עס טויג נישט, ביז עס איז ארויסגעקומען די פעיפערס און א געוויינעריי האט זיך אנגעהויבן דא אויף היידפארק, אזוי ווייט אז ענקערע קעפ דא האבן געפאדערט פראזאק אין אלע סאטמארע צענטערן..., 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 00:14 לינק ישיר 

יעצט קענסט עטס ווייטער טאנצן ביז צו די לבנה, און איינרעדן ענקערע קעלבער.


מיר האבן סבלנות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 00:14 לינק ישיר 

דוד ממילא קימט אויס אז ענק האבען געווינען דעם בית החיים אדער מיינסטו ציזאגען אז עטץ גייען עס נאך אמאל האבען אבער רבש"ע ענק האבען עס דאך שוין יעצט יעדער באצאלט דאך פאר ענק 

איך מין אז פערלשטייןס דרשה איז טאקע געבעיסט אויף דיין פריערדיגע תגובה 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 00:29 לינק ישיר 

אינה"נ די ראזענוואסער פסק איז טאקע נאר געווען חיי שעה, בלויז 3 וואכן, הכל מודים.

אבער בנידן דידן האלט מיר שוין 3 חדשים זינט די אמבראזשיא פסק, און דערווייל זעהט נישט אויס ס'זאל אזוי שנעל צוריקגעדרייט ווערן (מ'קען קיינמאל וויסן, אבער לע"ע נישט), דאס מיינט קלאר אז בערל פרידמאן האט דער זעלבער רעכט זיך צו רופן קהל יטב לב "ברוקלין" ווי שאול פערלשטיין, אשר ע"כ מעג ער לעגאל פארגיטן אויפן ביה"ח מטעם קהל יטב לב "ברוקלין", אפגעזעהן צו דער טרענספער איז לעגאל צו נישט.

דאס מיינט אז לע"ע איז נישטא קיין איין לאגישע סיבה צו איינצאלן מעמבערשיפ פאר שאול פערלשטיין, סיידן מ'איז א פארנאטישע זאלי.

יעצט, דיין "האפענונג" איז אז ס'בלויז א חיי שעה און ס'גייט בעתיד בטל ווערן, אזוי ווי ראזנוואסער. זייער פיין, כל הכבוד, אבער כל זמן ווי ס'איז בלויז א "האפענונג" און א "השערה" ביסטו דער קלארער לוזער, איבערהויפט א פסק וואס לעבט שוין 3 חדשים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 00:35 לינק ישיר 

נזכה נחי' ונראה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 00:41 לינק ישיר 

דוד דארפסט אביסעלע חיזוק טי וואס אונז טיען מפארט אביסעלע זיך אויסליפטערן   פאר אביסעלע קיין אנטווערפען לאנדאן פלעטבוש קווינס אוסטראליע ירושלים סוואן לעיק (וואל מארט) בני ברק לארקין סאסמאן מאנסי מאך א הכנסת ספר תורה עפעס די ווייסט בעסער פין מיר אין סוועט דיר אביסעלע בעסער ווערען

זארג דיר נישט קענסט דא וויטער שרייבען האנדעל דיר איין א בלעיקבערי  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 01:17 לינק ישיר 


דוד'ל,

דוד'ל,
?THAT IT
דאס אלעס וואס דו האסט צו ענטפערן?
ראזענוואסער, ראזענוואסער?
דוד, איך פאר רוף מיך אויף ענקער באראש געווינס!!!,
אויף אייער אפעלעט געווינס!!!,
אויף אייער קארט אף אפיעלס געווינס!!!,
אין ערגעץ האט איר נישט באקומען קיין שום בעלות אויף וויליאמסבורג,
אמת ראזענוואסער האט געגעבן דאס בעלות פאר
רבי בערל פריעדמאן און דער אפעלעט האט דאס אפ געווארפן,
אבער איר האט דאס אינערגעץ נישט באקומען,
סא, ווי פארקויפט ענק שאול אז ער איז בעל הבית פונעם בית החיים,
ווי איז ער בעל הבית, אפשר אויפן עולם האמת,
אבער דא אין עולם השקר איז ער פונקט אזא בעל הבית אויפן
בית החיים אין קרית יואל, ווי דער בעלזער גבאי, דוק ותשכת...
און נישט בחינם וויינט ער ווי א בין,
ער האט פארלארן זיין הויפט הכנסה פאר זיין געגאנבעטע קהלה,
און פרענקלי, I FEEL HIS PAIN,
איך געדענק ווען מיר האבן געמאכט אלף שמות'ן און גענעראל פארזאמלונגען
און רבי אלישע האראוויץ האט אונז בארוהיגט,
און די זאלונים האבן פון אונז געלאכט,
נו, אצינד האט זיך דאס איבער געדרייט,
איר מאכט פארצווייפעלטע גענעראל פארזאמלונגען מיט אלף חיי שרה'ס
און מיר קאלערן זיך פאר געלעכטער,
בלייבט נאר א שטיקל תפלה, השם (טייערער באשעפער) לאורך ימים (זאל לאנג אנהאלטן אונזער שמחה),
און בעזר השי"ת מיט די הילף פון שאול פערלשטיין וועט דאס אי"ה לאנג אנהאלטן.




תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 21/11/2008 1:17:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 01:23 לינק ישיר 

יענקעלע


וואטש נישט צופיל צו לאכן, ווייל מען וועט מוזן רופן די הצלה...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2008 01:27 לינק ישיר 



גראדע איז עס זייער זיס!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2008 02:37 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
דער מאנראוער צדיק'ל האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דעראיד פון די געשעפטן אין ק"י,

א חוצפה פון דער איד צוציטירן די גאנצע דרשה פון ר' שאול פערלשטיין ווי ער מאכט צונאר דעם וועלטס חכם פון מאנראו...

לעבן זאל די רעוואלוציע


פערלשטיין האט פריער געשיקט זיינע בחורים ארויסצונעמען דערבלאט פון די געשעפטן אין ק"י, (ער איז דאך בעה"ב אויף גאנץ ק"י בכלל און אויף די ישיבה בפרט)

א חוצפה פון דער בלאט צוציטירן די גאנצע דרשה פון הגה"צ גאון הגאונים פוסק דורינו שליט"א ווי ער מאכט א זייפ'ן בלאז פון דעם וועלטס חכם פון פאיע...

לעבן זאל די רעוואלוציע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאול פערלשטיין: הגז"ל האט מער נישט קיין סבלנות...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.