וויכטיגע אויפפאדערונג צו אלע חשוב'ע שרייבער
די לעצטע שטיק צייט זענען געקומען דא עטליכע שרייבער וועלכע האבן זיך גענומען א ציהל צו פארדרייען געוויסע אשכולות דורך אראפפירן די טעמע צו זייטיגע רעלסן, אפטמאל איבערקייענדיג די זעלבע שטרוי איינמאל און נאכאמאל מיטן זעלבן פרישקייט.
דאס שטערט פאר יעדן נארמאלן ליינער, און קען בשום אופן נישט אנגיין ווייטער אזוי.
מיר בעטן און טוען אויפפאדערן די שרייבער זעלבסט אויפצוהערן דעם 'מנהג', אויב די ערשיינונג וועט זיך נישט אפשטעלן וועט די הנהלה זיין געצווינגען זיך אפצוגעבן מיט אזוינע אשכולות און/אדער שרייבער לויט ווי זי וועט איינזען פאר ריכטיג.
|
|