בית פורומים כל העולם כולו

הערליכע חנוכת הבית פאר מאחנובקער שטיבל אין מאנטשעסטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2008 07:49 לינק ישיר 
הערליכע חנוכת הבית פאר מאחנובקער שטיבל אין מאנטשעסטער

מאנטאג נאכט איז פארגעקומען אין מאנטשעסטער די חנוכת הבית און קביעת המזוזות פארן נייי בית המדרש דחסידי בעלזא מאחנובקא אין מאנטשעסטער. בראשות די מאנטשעסטער רב ר' מענדל שנעעבאלג שליט"א גאב"ד. אויך בראשות הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא מאכנובקא שליט"א, ווי אויך אלע רבני העיר און א ריזן ציבור פון לאנדאן.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/11/2008 13:43:39




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/11/2008 22:35 לינק ישיר 
הערליכע מעמד קביעת המזוזה פארן נייעם בעלזער בית המדרש אין מאנטשעסטער

מאנטשעסטער - פארגאנגענעם מאנטאג נאכט איז פארגעקומען דא אין שטאט א הערליכע מעמד "קביעת המזוזה" פארן ניי-געגרינדערטער בעלזער שטיבל וועלכע איז אויפגעפענט געווארן ברוב פאר והדר תחת הדרכת כ"ק אדמו"ר מבעלזא מאכנובקא שליט"א.

ווי באקאנט האט זיך ב"ה לעצטענס גאר שיין אנטוויקעלט די קייט פון מוסדות און בתי מדרשים דחסידי בעלזא איבערן גארן וועלט, נאכדעם ווי אין לויף פון יארן זענען שוין אויפגעשטעלט געווארן שטיבלעך אין בני ברק, ירושלים, בית שמש, אלעד, ביתר, לאנדאן, אנטווערפן, וויליאמסבורג און בארא פארק, און איצט ב"ה אויך דאהי אין מאנטשעסטער, כה יתן ה' וכה יוסיף.

די מעמד איז פארגעקומען מיטן באטיילינגונג פון א ריזן ציבור תושבי העיר ראשי ונכבדי הקהילה, און בהשתתפות רבני העיר פון אלע שיכטן און קרייזן, און בראשם הגאון הצדיק דער מרא דאתרא און גאב"ד ר' מנחם מענדל שנעעבאלג שליט"א, וועלכע האט זיך ספעציעל מטריח געווען און געקומען קלאפן די מזוזה פארן הויפט אריינגאנג אינעם היכל הבית המדרש.

ווי אויך זענען געקומען צו פארן פילע געסט מאנשי שלומינו חסידי בעלזא פון לאנדאן, ספעציעל האט זיך אנגעזעהן די חשוב'ע געסט פון ארץ ישראל הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא מאכנובקא שליט"א, און הרה"ח ר' יחיאל הירש שליט"א משב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע און היינט מנכ"ל מוסדות בעלזא מאכנובקא אין בני ברק.

ביים מסיבת לחיים וועלכע איז פארגעקומען בהיכל הבית המדרש האט אויפגעטרעטן הרה"ג מהרי"ח הורוויץ שליט"א אבד"ק ראחוב, וועלכע האט א נאהנטע קשר מיט די חשוב'ע יונגעלייט די מייסדי הבית המדרש, און ארויסגעברענגט זיינע ווארימע געפילן ווען עס ווערט געגרינדערט א בעלזער בית המדרש על טהרת הקודש דא אין שטאט.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג מהרי"א וועסטהיים שליט"א חבר ביד"צ מאנטשעסטער, וועלכע האט אויך זייער שיין ארומגערעדט איבערן זכי' און גרויסקייט פון אזא בית המדרש, פאר די בעלזער חסידים בפרט און פארן גאנצן שטאט בכלל, צוטירנדיג דערביי עובדות און אמרות פון די צדיקים הקדושים לבית בעלזא זי"ע.

נאכן מסיבת לחיים איז צוגעשטעלט געווארן א סעודת רחבה פאר די פילע געסט, מיט די באטיילונגונג פון די רבני העיר שליט"א.

מיט גאר ווארימע דיבורים האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלו' ענגלענדער שליט"א דומ"ץ בעלזא - קלעפטאן אין לאנדאן, דערמאנענדיג אז די בית המדרש שטיין אויפן פלאץ ווי עס האט געוואוינט הרב החסיד ר' וואלף דרעזדנער ע"ה, און עס זענען דארט איינגעשטאנען הגה"ק ר' שלו' משאץ זצ"ל און הגה"צ ר' מרדכי מבילגורייא זצ"ל ביי זייערע באזיכן אין מאנטשעסטער, און דערביי נאכגעזאגט פון זיין גרויסע פעטער די בעלזער ראש ישיבה הרהגה"צ ר' שלו' בראנדער זצ"ל אז ווען דער פריעדיגע בעלזער רב זי"ע האט געבויעט אין בעלזא די גרויסע שטוב פאר די טישן, האט ער געזאגט אז אויף דעם פלאץ האט אמאל געוואוינט א גרויסע מכניס אורח, וואס די קדושה און השפעות פון די מצוות זענען איינגעזאפט געווארן אויפן פלאץ, און דערפאר האט דער פלאץ זוכה געווען אז עס ווערט געבויעט דערויף א מקום קדוש ווי עס ווערט נשפע תורה יראת שמים און חסידות פאר טויזענטער אידן. דאס זעלבע דא ביי אונז, אויף אזא חשוב'ע מקום ווי עס זענען איינגעשטאנען אזעלכע גרויסע צדיקים וחסידים, איז אוודאי ראוי און א זכי' אויפצושטעלן אזא מקום קדוש וואס משם תצא תורה וחסידות.

מיט א חרדת קודש האט דער פיל קעפיגע עולם זיך נאכדעם צוגעהערט צו די ספעציעלע "מכתב קודש" וואס איז געשיקט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא מאכנובקא שליט"א נשיא הקהילה צום באנייאונג פונעם בית המדרש, וואס איז פארגעליינט געווארן דורך הרה"ח מוהר"ר יחיאל הירש שליט"א משב"ק.

צום שלוס האט אויפגעטרעטן די גרויסע גאסט פון ארץ ישראל הרהגה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א, וואס האט פערזענליך איבערגעגעבן די ברכות הקודש פון זיין גרויסן טאטען, און ארויסגעברענגט דברי חיזוק והדרכה פאר די נייע קבוצה וואס נעמט זיך צוזאם, אז עס זאל ווערן געפירט מיטן אלטע מסורה וואס איז איבערגעגעבן געווארן דור אחר דור פון רבותינו הק' לבית בעלזא זי"ע, וואס עס ליגט א פליכט אויף די אלע איצטיגע מייסדים צו פילן די אחריות אוועקצושטעלן די פלאץ פאר די קומענדיגע דורות אז מען זאל זיך נישט שעמען מיט זיי אנטקעגן צו גיין משיח צדקינו.

דערביי האט זיך אויפגעשטעלט הרה"ג ר' שמעון בראנדער שליט"א ראש הכולל זיך צו באדאנקן פאר די אלע עסקני הבית המדרש וואס האבען אריינגעלייגט אזויפיל מוה און פלאג אהערצושטעלן דעם מקום קדוש, און בפרט צום איצטיגן מעמד וואס איז ב"ה געקרוינט געווארן מיט גאר גרויס הצלחה לתפארת בית בעלזא.

דאן האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט מיט גאר ווארימע דערהויבענע טענץ א לענגערע צייט, ארויסברענגענדיג די געפילן און לויב געדאנקן פארן באשעפער שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה אז עס אנטוויקלט זיך ב"ה נאך א שיין ווינקעלע פאר תורה ויראת שמים ביז משיח וועט קומען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הערליכע חנוכת הבית פאר מאחנובקער שטיבל אין מאנטשעסטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext