| נשלח ב-25/11/2008 16:20 |
|
| |
האבן די זאליס נעכטן נכאמאל געווינען די ביה"ח
היינט געהערט אז נעכטן האבן די זאליס נאכאמאל געוואונען די ביה"ח און באצאלט טבין ותקילין צו באגראבן
ווייסט איינער עפעס מער
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 16:54 |
|
| |
לויט ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס איז געווען אויף דער לוי', איז פארגעקומען גרויסע שלעגערייען אינעם סאמע גאס רעגן. אבער ליידער האבן די זאליס אין דער ענדע מצליח געווען און מען האט געלייגט די פרוי אנדעם וואס מען האט באצאלט פאר קיט"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 17:24 |
|
| |
אומזיסט נאכן אינטערשנירן 4000 אלפים פאר'ן גזבר דער גנב און גזלן פראנקעל.
וכדי בזיון וקצף!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 19:09 |
|
| |
נישט דא קיין געשלעק
פאר א פרייז באקומט מען א חלקה
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 19:36 |
|
| |
ווי זוי זאגט נאר ר' שלום אליעזר דים?
"איין טויטער איז מער ווערד ווי (פערלשטיין'ס) 5,000 ווערטער"
פערלשטיין דרשנ'ט 2 שעה ווי א דרייסטער גבור אויף א באמבאסטישע מייקראפאון פאר טויזנטער מענטשן אין ראדני, און מיט גרויס בראווקייט ווערט עס פאבליצירט אין די ביילאגעס אין דער איד מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות,
אין גארנישט, לא עברו ימים אחדים, אין דער באן פארט ווייטער, דער איד ביילאגעס איז שוין לאנג אראפגעפלאשט, די פערלשטיין דרשה איז שוין א חלום, ר' בערל פר"מ קאסע הייבט זיך קנע"ה, און פערלשטיין טריקנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 20:12 |
|
| |
| קושקע כתב: |  | ר' בערל פר"מ קאסע הייבט זיך קנע"ה, און פערלשטיין טריקנט.
|
|
האסט מסתם געוואלט צושרייבען "דער באשעפער זאל העלפען אז ס'זאל וואקסען דורך אנדערע וועגען, נישט ליידער אויף אזעלכע אופנים"
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 20:16 |
|
| |
די זאליס האבן שוין א גאנצע וואך און פאריגע וואך אריינגעלייגט כוחות אין די פרשה אז אט דא וועלן זיי ווייזן אז זיי קענען יא באגראבען אין בית החיים קרית יואל.
זיי האבן איינגעשפאנט די גאנהצע הנהגה און זיך ארויף געזעצט אויף ר' בנציון שווארטץ די שווער פונעם נפטרת ע"ה אז ער זאל מאכן די מלחמה דשאב פאר די זאליס, ר' בנציון אליין איז א ברענעדיגער זאלי און פון זייער אנדרייערס, און ער האט מסכים געווען מיטן שפיל, משה גבאי, זאלי, פערלשטיין, אברהמי ברוין, יעקב כהנא, מענדלעוויטש, יעקב בער, מרדכי רובינשטיין, יודא אליזער יאקבאוויטש, אברהם בער יאקבאוויטש, ליפא קרויס, וכו' אלע זענען געווען אפען טעלעפאן מיט אים און עס איז געווען פריילעך, מען גייט ווייזן.
אבער נעכטן מאנטאג איז ליידער די מצב פון די פרוי געווארן ערנסט און געהאלטן ביי גסיסה, און ר' בנציון האט אנגעריפען פערלשטיין, און גפרעגט וואס איז דער פלאן, איצט איז נישט דא קיין מעשות מען דארף וויסן וואס דא וועט זיין, האט ער אים פערלשטיין געזאגט אז ער קען אים די פלאן נישט ארויסגעבען נאר קודם זאל ער אהער געבן די געלט פאר די קרקע און ער זאל זיך אויף אים פארלאזן, ער האט אים געזאגט להד"ם איך צאל דיר קיין פעני זיכער נישט, ווילאנג איך זעה איר נישט באגראבען, אבער שאול האט געזאגט אז ער זאגט צו מיט אלע זיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים אז ער האט א פלאן, און זי וועט באגראבען ווערן, א חלק פונעם פלאן וועט זיין אז ער גייט גיין אין פעדראל קארט, און ער גייט ברענגען בחורים פון קווינס ישיבה באגראבן, ער האט אן אנדערע טרעקטער, אברהמי ברוין און מרדכי רובינשטיין וועלן פארן גראבן גראבן דעם קבר, וכו'.
זעהענדיג וואס פארא פורים שאול מאכט פון אים, האט ער געריפען יעקב כהנא, און ער האט אים געזאגט אז ער איז נישט פון די חברה קדישא און ער קען אים נישט העלפן נאר געלט קען ער נעמען פון אים, אזוי האט ער געריפען יודא אליעזר יאקאבאוויטש וואס האט אים געזאגט אז ער קען נישט רעדן צו אים פאר ער ברענגט נישט דאס געלט אבער שוין אין קעש, ווען ער האט אים געפרעגט וואס דער פלאן איז האט ער געזאגט אז מען גייט מאכן א מיינונג אבער קודם ברענגט דאס געלט, צום סוף האט ער אים געזאגט אז ער וויל קען ער קאלן אברמי ברוין וואס ער ארבעט אויס די פלענער.
אזוי איז ער נעבעך ארום געפירט געווארן מיטן פורים שפיל, ווילאנג ער האט זיך דערזעהן אן א קרקע, האט ער שנעל אריבער געשיקט פאר ר' שלום אליעזר פרענקל גזבר הקהלה 4000 דאלער קרקע געלט, און מיט דעם האט זיך די זאך געשלאסן.
איצט וועט שאול קענען נאך א דרשה זאגן און נאכדעם וועט זיין....?
די טרענסקריפ געדריקט אין דער איד און א ספעצעלער ביילאגע...
ותו לא!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 21:01 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, נו ווי האט מען זיך געשלאגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 21:15 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | |
זעהענדיג וואס פארא פורים שאול מאכט פון אים, האט ער געריפען יעקב כהנא, און ער האט אים געזאגט אז ער איז נישט פון די חברה קדישא און ער קען אים נישט העלפן נאר געלט קען ער נעמען פון אים, אזוי האט ער געריפען יודא אליעזר יאקאבאוויטש וואס האט אים געזאגט אז ער קען נישט רעדן צו אים פאר ער ברענגט נישט דאס געלט אבער שוין אין קעש, ווען ער האט אים געפרעגט וואס דער פלאן איז האט ער געזאגט אז מען גייט מאכן א מיינונג אבער קודם ברענגט דאס געלט, צום סוף האט ער אים געזאגט אז ער וויל קען ער קאלן אברמי ברוין וואס ער ארבעט אויס די פלענער.
אזוי איז ער נעבעך ארום געפירט געווארן מיטן פורים שפיל, ווילאנג ער האט זיך דערזעהן אן א קרקע, האט ער שנעל אריבער געשיקט פאר ר' שלום אליעזר פרענקל גזבר הקהלה 4000 דאלער קרקע געלט, און מיט דעם האט זיך די זאך געשלאסן.
איצט וועט שאול קענען נאך א דרשה זאגן און נאכדעם וועט זיין....?
די טרענסקריפ געדריקט אין דער איד און א ספעצעלער ביילאגע...
ותו לא!
\
|
|
רבי ינה, די מאכסט דא פורים פין א ציבור??
ממ"נ. לויט דיין מעשה האט מען זיך לכאורה נישט געדארפט שלאגן??? פארוואס האט מען זיך גשלאגן??
דיין מעשה קיקט אויס געשריבען נוסח פערלשטיין: עס איז הויל פראפאגאנדע!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 21:17 |
|
| |
מען האט זיך נישט געשלאגען, ר' בנציון האט באצאלט קרקע געלט 4000$ אין די לעצטע מינוט על אפם וחמתם פון די זאליס, אזוי איז אלעס דורך בשלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 21:20 |
|
| |
די קאסע הייבט זיך פון די דיוס געלט וואס סאטמארע חסידים איבער די וועלט צאלן אויס עד פ"א, איינזעהנדיג אז יפה שעה אחת קודם, נישט דוקא פון די לעצטע מינוטיגע אויבערחכמים וואס זענען נעבעך געצווינגען זיך צו ספראווען מיט עגמות נפש אדאנק פערלשטייןס דרשות אין ראדני
די מציאות איז אז די זאליס קענען נישט אנצייגן אויף קיין איין פאל ווי קהל האט דיסקרמינירט קעגן סיי ווער, אזוי לאנג ווי מ'האט באצאלט די באשטימטע ראטע, און צו פארלאנגען געלט פאר א "סעמעטערי פלאט" איז נישט מער ווי דער נארמאלער סדר העולם, אפי' בני יואל וועט נישט געבן קיין חלקה בחינם.
און די אלע מעשיות אז מ'האט זיך געשלאגן אין געריסן איז א גרויסע אויפגעבלאזענע איי!! וואס געשלאגן? ווען געשלאגן? ס'נישטא ווער זאל זיך שלאגן, ס"ה זענען אנוועזענד בלויז די משפחה מיט די חברה קדישא אויף א ליידיגע אומבאוואוינטע ביה"ח, גארנישט מער...די מערסטע וואס די משפחה קען טאן איז זיך עקשנ'ן און בלאזן, וואס מיט דעם קומען זיי אין ערגעץ אן ווי די מציאות האט געוויזן...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 21:27 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | מען האט זיך נישט געשלאגען, ר' בנציון האט באצאלט קרקע געלט 4000$ אין די לעצטע מינוט על אפם וחמתם פון די זאליס, אזוי איז אלעס דורך בשלום.
|
|
ווי האט ער באצאלט???
אויפן פעלד? אדער נאך און שפיטאל/ אינדערהיים??
אויב האט ער נאך באצאלט און וומ"ס וואס איז פארגעגאנגען איון קר"י ביים פעלד?
אויב האט ער באצלט אויפן פעלד, הארט פארן באגראבן, איז לכאורה דיין ערשטע מעשה נישט אמת?!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2008 21:49 |
|
| |
1) ר' בנציון האט באצאלט נעכטן 9:30 ביינאכט די 4000 דאלער קרקע געלט.
2) עס איז נישט געווען קיין שום געשלעג, נישט ביי די לוי' און נישט אפען פעלד און קיין שום זאך איז נישט "פארגעגאנגען".
3) אפען פעלד אינעם בית החיים איז ליידער פארגעקומען בלויז די שרעקליכע זאך אז מען האט באגראבען אזא יונגע פרוי ע"ה.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 25/11/2008 21:46:52
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2008 17:20 |
|
| |
ר' בנציון האט נעבעך מיטגעמאכט די זעלבע פרשה ווי זיין זיידע ר' אברהם אבינו ע"ה. זיין זיידע האט אויך געהאט א ביטער פעקל מיט זיין רעבעצין שרה אמנו ע"ה, די חברא קדישא מיט'ן גבאי ר' עפרון האבן געבעטן ארבע מאות שקל כסף, (לפי החשבון אז א שקל קאסט היינט בערך 15 דאללער איז דאס געוועהן א סכום פון בערך $6000 אין ער האט גמוזט באצאהלן קעש עובר לסוחר אזוי ווי רש"י זאגט קנטרין.
נו זעהט אויס אז אברהם אבינו איז געוועהן א זאלי?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2008 18:11 |
|
| |
אוי ביסטו נעבעך דערביטערט אז דו מיזט לויפן זוכן רעטענישן ביזן זיידן אברהם.
און אוודאי ביסטו ביטער ראנג.
אברהם האט דאך באקומען א צוזאג כי לך אתננה. פארוואס דארף ער באצאלן פאר זיינס א זאך? ס'איז דאך ממש א רויבעריי.
דא ביי אונזער פאל, קען דאך ר' בנציון לייגן די נפטרת אין ניו דזשוירזי פאר אומזיסט, ווי אן אנדערע משפחה האט געוואלט. קרית יואל איז דען זיינס? האט ער באקומען א הבטחה כי לך אתננה?
שנית, יעדער באצאלט דאך פאר א חלקה די אלע יארן, און טאקע טויזנטער דאלאר?
איז דאך יעדער אן אברהם לויט דעם!
סעדיר נישט איינגעפאלן, הירשל?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2008 19:26 |
|
| |
כאב פונקט געזען די וואך שבת אין רש"י אויפן פסוק
ויהי עשו, בן-ארבעים שנה, ויקח אשה
זאגט די הייליגע רש"י:
עשו היה נמשל לחזיר, = עשו איז געווען צוגעגליכן צו א שוויין
שנאמר = ווי דער פסוק זאגט אין תהילים פ' יד
יכרסמנה חזיר מיער = דער ווילדער שוויין פון וואלד (די רשעים) טוהען עס ליידער אויסרייסן (די שיינע פירות; עס גייט ארויף אויפן חורבן בית המקדש) .
איז רש"י הק' מסביר:
החזיר הזה = אט דער שוויין
כשהוא שוכב = ווען זי ליגט
פושט טלפיו = טוט זי אויסשטרעקן אירע פיסלעך
לומר = צו זאגן
ראו שאני טהור = טוה א קוק ווי איך בין ריין וויבאלד איך האב דאך די סימני טהרה
כך אלו = די זעלביגע זענען די דאזיגע אלופי עשו
גוזלים וחומסים = זיי גזלענען און ראבעווען
ומראים עצמם כשרים = און שטעלן זיך אהער ווי ערליכע;
איז רש"י הק' ממשיך,
כל ארבעים שנה = די גאנצע פערציג יאר
היה עשו צד נשים מתחת בעליהן = האט עשו געפאנגען (געקידנעפט) ווייבער פון זייערע מענער
ומענה אותם = און ער האט זיי נעבעך אויסגעפייניגט און מאנס געוועזן
כשהיה בן ארבעים אמר = ס'געקומען צו די פערציג יאר, איז ער געקומען ווי א שיינער איד און געזאגט
אבא בן ארבעים שנה נשא אשה = מיין טאטע יצחק האט דאך חתונה געהאט הערשט ביי די פערציג
אף אני כן = איך וועל אויך גיין אין זיינע אויסגעטרויטענע דרכים אין חתונה האבן ביי די פערציג
קאמענטארן זענען איבריג
דער וועלטס גנב הגז"ל, נאך 8 יאר מסרב זיין לדין, הולך לערכאות, מסירה, הולך לבג"ץ, קומט ווי א צבוע'ניק זיך אהערשטעלן ווי אן אברהם אבינו.
 |
|
|
|
|
|