בית פורומים כל העולם כולו

קווינס בחורים דרייען איבער חתונה לעוו-אונסדראפער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/12/2008 17:12 לינק ישיר 
קווינס בחורים דרייען איבער חתונה לעוו-אונסדראפער

נעכטן נאכט איז פארגעקומען אין עטרת חיה די לעוו-אונסדארפער איך הער אז די בחורים זענען געווען ציווילדעוועט זיי האבן געשויטסן דעם רב ווייסט איינער מער פרטים?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 18:13 לינק ישיר 

.



תוקן על ידי שפיטצער06 ב- 01/12/2008 18:15:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 18:19 לינק ישיר 

זעט אויס אז די לוויות האבן זיך פארצויגן קען מען זיך נישט איינהאלטן 

א ביטער געלעכטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 18:21 לינק ישיר 

דאס זענען בחורים וואס לערנען ביי יושע נחמן בערגער אין ישיבה. דער ישיבה איז געווארן א ישיבה פול מיט שלעגער'ס, ס'האט אמאל געהייסן נייטראל, אבער קוקט שוין נישט אויס אזוי.

זיי האבן פראבירט איבערצודרייען ווען וויליאמסבורגער רב שליט"א איז געגאנגען טאנצן, ווען עס איז זיי נישט געלינגען האבן זיי פריש אנגעפאנגען פארפירן ווען אב"ד ראשית חכמה שליט"א  (רב אונסדארפער) האט עקסטערע אנגעפאנגען צו טאנצן מיטן רב שליט"א. זיי האבן אנגעפאנגען שטיפן און דערמיט אראפגעווארפן די שטריימל פון הגה"צ אב"ד סי-געיט שליט"א, א זיידע ביי די חתונה.

ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען האבן זיי פריש געוואלט פארפירן אבער מ'האט ארויסגעטראגן א גרויס חלק בחורים פון זאל. (איין בחור לייטנער, אן אייניקעל פון ר' אברהם האט יא אביסל פארפירט) יושע נחמן האט נישט געוויסט וואס צוטוען און האט נישט געקענט קאנטרעלירן די בחורים, ער האט אויסגעקוקט זייער פארלוירן.

די בחורים זענען דארט געקומען וויבאלד רב לעוו, דער מחותן,  איז דער עמטליכער ראש הישיבה ביי יושע נחמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 18:40 לינק ישיר 

די פיינקייט פון די צוויי ישיבות בערגער און לעוו האט זיך נעכטן ארויסגעשטעלט במלא מובן המלה...

זייערזינג זייער אויפגעהייטערט נאכן אפזיצן אגאנצן זונטאג ליידיגערהייט האבן זיי דאך געוואלט עפעס אקאמפלישן...

ווען הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א האט זיך בייטייליגט ביי די חתןנה האבן זיי פרובירט מאכן אומרואיגקייטן און פוגע געווען בכבודו הרמה (די פיינע בוחרים פון די קלאסישע ישיבה אהל תורה/בערגער..).

שפעטער איז אנגעקומען אין זאל כ"ק הרמ"ד אונגאר שליט"א און דער מוזיק האט גענומען שפילן קול רנה, און די ליידיגגייערס מיינענדיג אז כ"ק רבינו שליט"א איז אריינגעקומען זענען זיי זיך צעלאפן צום טיר מיט א צולאזקייט ... אבער זיך אומגעקערט מיט ליידיגע הענט..


אפאר מינוט שפעטער האט רבינו שליט"א ערשיינט אין זאל אין באגלייטונג פון די מחותנים וואס זענען ארויסגעגאנגען ביז די גאס מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א, און אויך פון ר' יושע נחמן בערגער וואס האט פארשפראכן צו וואטשן אויף זיינע בויעס..

אנקומענדיג אין זאל האבן זיי געמאכט די מעכטיגע אקציע פון שרייען "קרן חתנים..." אבער מ'האט זיי איגנארירט און בערגער ווערנדיג רויט פון בושות האט פרובירט צו שישקען..

ווען רבינו שליט"א איז שוין געווען אויבן אהן האבן זיי ווידער האבן גענומען שרייען מיט באנומענע קולות.. ביז מ'האט איינעם ארויסגעפירט פון זאל און ס'געווארן שא שטיל..

די שאלה איז נאר אז אויב בערגער לייגט אריין אזוינע געוואלדיגע מורא'דיגע כוחות אין זיינע ערליכע איידעלע פיינע חסידישע  בחורים, טא פארוואס ווערן ווערן זיי פארהרגעט אין קווינס???..

קאמענטארן איבריג..
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 19:44 לינק ישיר 

איינער פון די פיינע בחורים וואס האבן זיך צולאזט נעכטן..




דא לויפט ער ארויס מיטן הענט אויפן פרצוף אויס מורא פון אידענדיפיקאציע...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2008 21:19 לינק ישיר 

איך בין שוין צימישט דא

בערגער בחורים לעוו בחורים קווינס בחורים

MAKE UP YOUR MIND



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 01:18 לינק ישיר 

דעס איז שוין מיט סבלנות, ווי דער לץ פערלשטיין זאגט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2008 01:19 לינק ישיר 

איך הער אז דער לייטנער בחור האט געכאפט א פראסק לע"נ זיין הייליגען זיידענ'ס יארצייט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2008 19:16 לינק ישיר 

נישט קיין פראסק נאר געבראטענע מכות רצח כראוי וכיאות פאר תלמידי רבינו הגה'''ק שליט''א,
נעקסטיים זאלן די בחורים זיך נישט אונטערשמייכלן פון ענקער הייליגן רבי'ן.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 21/12/2008 2:02:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 20:38 לינק ישיר 
איז דאס טאקע א טירנויער?

איך הער אז דער בחור אינעם בילד איז א טירנויער פון מאנרא, קען דאס איינער קאנפירמען??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 20:48 לינק ישיר 

מנהל ביטע נישט אראפנעמען די בילד פונעם בחור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2008 21:16 לינק ישיר 

נעכטן האט בערגער געהאלטן א שארפע דרשה אין זיין ישיבה.

ס'איז שוין צו שפעט ממילא, דער גוטער נאמען פון זיין פיינע ישיבה קורסירט שוין מילא ארום אין די גאסן.. יעצט קען ער שוין האלטן דרשות..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2008 22:07 לינק ישיר 

קהל_יטב_לב אפשר לייגסטו אויך די בילדער פון די בחורים וואס האבן געמאכט בורא מאורי האש אויפן בעל אין מאנרא עס-זאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2008 02:13 לינק ישיר 

....



תוקן על ידי bigsatmar ב- 16/12/2008 2:24:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2008 19:13 לינק ישיר 

אויפקלערונג:

א.) דער אשכול ווערט דערווייל געלאזט אפן, כאטש די מנהלים ראטן די וואס מיינען מכלומר'שט זיך אנצונעמען פאר די באטרעפנדע אז זיי זאלן האבן שכל און זיך היטן וואס זיי רעדן ווייל ס'קען זייער מיאוס בעקפייערן און אפאר אומשולדיגע משפחות אריינגערעכנט א בחור קענען ליידן גרויסע בושות. מען זאל נישט קומען שפעטער שרייען און פארפירן אז דער אשכול מוז אויסגעמעקט ווערן. (און דאס זעלבע איז געזאגט געווארן אויף אנדערע שרייבערס וואס נוצן דעם פארום צו בארעדן איינעם אדער א גרופע, און נאכדעם ווען ס'גייט ארויס פון קאנטראל קומען זיי שרייען אז מען פארשעמט אומשולדיגע מענטשן.) אז עטס צינדטס אן א פייער זייטס וויסן אז עס וועט ארויסגיין פון קאנטראל און ס'וועט זיין אויף ענקער אחריות.

ב.) נייעס וואס ווערן דערציילט לשום נייעס זענען וועלקאם אין אונזער פארום. אבער אשכולות וואס ווערן געעפנט מיט א באהאלטענע אגענדע צו בויען אן אנדערן פארום אדער בלאג אדער וועבסייט, פארדרייען סתם א קאפ און רעגן אויף די ליינערס און די מנהלים וועלן אויסמעקן אזעלכע אשכולות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קווינס בחורים דרייען איבער חתונה לעוו-אונסדראפער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext