דאס איז א בריוו וואס איז פארשפרייט געווארן אין די ישיבה אהל תורה.
כ'זעץ דאס נאך ווארט ביי ווארט.
לכבוד חסידי כ"ק רבינו שליט"א תלמידי ישיבתנו הק'
לאחר העלבון התורה ביום א' העעל"ט קרא הבה"ח צבי מייזליש ני"ו
לזקינו כ"ק מרן רבינו שליט"א להגיד לו אמיתת הדברים, וזה תוכן השיחה
רבינו: העלא ווער רעדט דא
הב' צבי: הערשע מייזליש
רבינו: אה פון ישיבה אהל תורה נא וויאזוי גייט עס
הב' צבי: ברוך השם מלערנט פלייסיג
רבינו: נא
הב' צבי: כ'האב געוואלט רופן וועגן זינטאג נאכט
רבינו: נא
הב' צבי: אזוי ווי ס'איז דא דא חסידים פון זיידין האבן זיי מיך געבעטן צו זאגן פאר זיידי וואס ס'איז געווען
רבינו: וואס איז א חילוק וואס גייט מיך אן וואס ס'איז געווען איז געווען
הב' צבי: פונקט אזוי ווי איינער געט א מתנה פאר א צדיק פילט זיך דער משלח ווי ער האט עס באקומען דאס זעלבע איז ווען מגעט א פאטש פאר א צדיק פילט זיך יענער שטארק געפאטשט האבן די בחורים געוואלט כ'זאל איבערגעבן פאר זיידין וואס ס'איז געווען
רבינו: נו נו
הב' צבי: ס'איז נישט געווען בחורים פון דא אין ישיבה נאר בחורים יוצאים פון ישיבה אלטע שונאים הב' .... אין הב'..... פון קווינס אין זיי האבן געשריגן קרן חתנים
רבינו: יא כ'האב זיך געוואונדערט וואס איך האב מיט קרן חתנים
הב' צבי: א גאנצע חתונה איז מען געגאנגען פאר קרן חתנים אין ווען זיידי איז אריינגעקומען האבן זיי אפגעווארט צו שרייען העכער
רבינו: וואס איז א חילוק וואס ס'איז געווען סגייט מיך נישט אן וואס סאיז געווען זאג פאר די בחורים זיי זאלן לערנען פלייסיג. א גוטן טאג