אלפים בהלווית האברך ר' בן ציון קרומן הי"ד בבני ברק
נשלח ב-4/12/2008 00:08
אחד מהחבורה שמת ידאגו כל בני החבורה
אנשים שואלים: וועלט שאקירט!
היתכן אז עס איז געפראוועט געווארן מוצאי שב"ק פ' תולדות א שמחת שבע ברכות בחצרות באבוב אין ביהמ"ד הגדול מיט גרויס שמחה! פרייליכע און לעבעדיגע טענץ מיט מוזיק! אויף העכסטן פארנעם! ביז אין די שפעטער שעה'ן אין דער נאכט?
ווען אין די זעלבער צייט געפינט ל"ע א היימישע באבובער יונגערמאן הי"ד אין א ווייטער מדינה אין אינדיע, דערהארגעט טויט דורך רוצחים ימ"ש. איבערלאזענדיג בצער ויגון רב א יונגע אלמנה מיט 3 קינדערליך אין קרית באבוב.
און גאנץ כלל ישראל איז איינגעהילט אין א טרויערקייט מיט פארקלעמטע הערצער פון דעם שרעקליכע געשעעניש.
און אין ביהמ"ד הגדול דבאבוב איז לעבעדיג און לוסטיג, מען טאנצט און מען שפרינגט אין גרויסען, ווי גארנישט וואלט פאסירט, נישט אין באבוב און נישט ביי כלל ישראל.
ביי אנדערן ערנסטע קהילה וואלט מען ארויסגעוויזן די צער הקהלה.
1) אין אזא צייט מבטל דאס גרויסארטיגע שבע ברכות, און מאכן א פריוואטע שבע ברכות.
2) אדער אפגעשטיפט די גרויסארטיגע שבע ברכות ביז נאך די לוי'. (און מיט איינגעהאלטענקייט)
תוקן על ידי רובין1975 ב- 04/12/2008 0:26:12
נשלח ב-4/12/2008 02:38
מיר איז אויך שווער געווען די זעלבע קשיא, נאכדערצו ווען כ'האב מיר אנגעשטויסען אין א נייעס'ל אז חסידי הרה"צ ר' מענדל האגער האבן אפגעשטופט א קבלת פנים ביי זיין צוריקומען קיין ארץ הקודש נאכן זיין אין אמעריקא א שטיק צייט, אינדערצייט וואס זיי האבן נישט קיין שום פערזענליכן קשר צו קיין איינע פון די נרצחים האבן זיי אבער אויך אזוי פארשטאנען אז איצט פראוועט מען נישט קיין פייערונגען, און אין 48 וואלט מען געקענט אפשטופען דעם גרויסען שבע ברכות עכ"פ ביז נאך די לוי.
נשלח ב-4/12/2008 17:06
ס'איז מיך אויך א פלא.
אבער איך ווייס פון א גמרא וואס ס'שטייט "מעבירין את המת מפני הכלה"
וואס נאך איז אינטערעסאנט איז אז אזא ענדליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט בערך 4 יאהר צוריק. שנת תשס"ה איז שושן פורים געפאלען שבת און אין 45 האט מען מוצאי שבת געמאכט א גרויסארטיגע סעודה מיט מוזיק און טענץ. דאס איז געווען 3 טאג נאך וואס כ"ק מהרנ"צ זצ"ל איז נסתלק געווארען וואס בעקלאמפיש איז 45 זיינע מ"מ. בשעת אין 48 האט מען מבטל געווען די סעודה אלס א סימן פון אבילות
נשלח ב-4/12/2008 19:26
מעבירין את המת מלפני הכלה - דאס איז לגבי הכנסת הכלה לחופה און נישט לגבי א שבע ברכות
תנו רבנן: מעבירין את המת מלפני הכלה (כתובות יז א). אם פגעו זה בזה בדרך – מקדימין הכלה תחילה.
וכתבו הטור והשולחן ערוך דהוא הדין נמי להקדים, שאם אין בעיר אנשים כדי ליתן כבוד לזה ולזה – מקדימין ומכניסין הכלה לחופה תחילה, ואחר כך קוברין המת.
מוצש"ק פורים תשס"ה איז נישט געווען קיין כלי זמר
נשלח ב-4/12/2008 22:06
אברעמל
ביסט שוין לאנג א מוחזק שקרן
די נאכט פון תענית אסתר האט שוין בן ציון געפירט א טיש איך בין אליין געווען דארט מעןם געזינגען נאכאמאל אין נאכאמאל מיט א הויכער טאן אין א שמייכל "האל הנפרע לנו "ווען ענק האבען געמיינט אז יענער גייט אונטערגיין אין אויך א טאג שפעטער האט בן ציון געפירט טיש, 45 האט נאך געמאלטץ בכלל נישט געפירט קיין טיש מחמת עס איז געווען צו נאנט צו די פטירה.
מוצאי שבת האט מען שוין אין 45 געפירט א טיש פארשטייט זיך אן מוזיק אין בן ציון האט נישט געקענט פירען וויל ער האט זיך געזעצט שבעה
נשלח ב-4/12/2008 22:44
פיקטשערס פון מוצש"ק תולדות - שבע ברכות - ביים טאנצען
תוקן על ידי the_mouse ב- 04/12/2008 22:55:40
נשלח ב-5/12/2008 03:09
אז ר' מענדל אין וויזניץ האב מבטל געווען זיין קבלת פנים קומט זיך אים קרעדיט.
דאס מיינט אבער נישט אז באבוב דארף נאכטאנצען אין אויך מבטל זיין!!!
נשלח ב-5/12/2008 13:54
מעשי ידי טובעים בים (בדם) ואתם אומרים שירה?
נשלח ב-2/1/2009 18:23
וגם אני תמה על כך לא על האדמו"ר שאינו יכול חלילה לוותר על ריקוד וקפיצה, אך הפלא על האבדק"ק בובוב בת-ים וכי אינו מרגיש בצער הזולת? שוואנץ לגיסו? וכי אין שכלו עמו?
ולהם אנו נותנים ממון? והמה המנהיגים שלמו? אוי ואויבוי
נשלח ב-5/1/2009 17:36
מעמד השלושים פון הקדוש ר' בן ציון קרומאן הי"ד
בביהמ"ד דחסידי באבוב אין קרית באבוב בת ים
דערגרויסער באבובער עולם ביים מעמד השלושים מאחד מהחבורה שנהרג עקה"ש
נשלח ב-5/1/2009 18:38
this is insane speakine there for 30 people 30 days later means nothing after dancing away with his brother-in-law on the day itself