בית פורומים כל העולם כולו

הרב שמואל זנוויל פויגעל ארויסגעווארפן פון מוירטיל ביהמ"ד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2008 22:50 לינק ישיר 
הרב שמואל זנוויל פויגעל ארויסגעווארפן פון מוירטיל ביהמ"ד

די זאלי'ס האבן היינט אין רעאקציע צו זייער גאר לעצטער נידערלאגע מיטן בית החיים פראבירט צו הייבן זייערע נידערגעשלאגענע געמיטער אין ביהמ"ד יעקב נחמי' אויף מוירטיל עוו. ווען זיי האבן ארויסגעווארפן מיט קולות דעם וועלט'ס עסקן הרב שמואל זאנוויל פויגל, דער עמוד התווך פון די סאטמאר'ער קהלה אין ירושלים עיה"ק.

אזוי ווי אין די טעג איז פארגעקומען די יערליכע אקציע פאר די באקאנטע סאטמאר'ער "כולל למציונים" אין ירושלים עיה"ק. גייען אין די לעצטע וואכן ארום עסקנים פאר די כולל אין אלע סאטמאר'ע בתי מדרשים איבער וויליאמסבורג.

הרב שמואל זאנוויל פויגעל פון ירושלים איז ספעציעל געקומען צו פארן צום אקציע און גייט יעדן אינדערפרי ארום אין אלע בתי מדרשים נאך געלט מיט זיין שותף ר' אהרן שווארץ (ב"ר אלימלך) פון קרית יואל. 

דער הויפט אקציע האט זיך אנגעפאנגען צוויי וואכן צוריק אין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אויף הופפער סט. און פון דארט גייט ער ווייטער אין די אנדערע בתי מדרשים ווי עס דאווענען אסאך אנשי שלומינו אריינגערעכענט וואלעבאוט, סיגוט, ישמח משה, קראלי, קליימער, סאוט 8, קינגס טערעס אא"וו.

היינט - זינטאג - אינדערפרי איז ער געגאנגען אין מוירטיל ווי עס דאווענען אסאך אנשי שלומינו ווי ער האט ב"ה געמאכט שיין געלט, שפעטער בערך 10:30 ביי איינע פון די מנינים זענען אנגעקומען עטליכע דעפרעסטע זאלי'ס, נישט קעננעדיג דערטראגן ווי מיר דרייען זיך דארט בשעת זיי רעדן זיך אויס דאס הארץ אז פערלשטיין האט זיי אזוי אריינגע'נאר'ט האבן זיי אין א פארצווייפעלטע שריט גענומען מאכן קולות אויף הרב פויגל אז ער באלאנגט צו די טעראריסטן און ער זאל זיך אפטראגן פון דאנעט.

די אקציע איז געווארן אנגעפירט דורך דעם גבאי יקותיאל ישעי' גראס, דער מקוה איד יצחק זילבערשטיין, יענקי רובין און שלמה בערקאוויטש.



ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2008 23:05 לינק ישיר 

ווי איך הער האט דער יקותיאל ישעי' גראס פארפירט די גאנצע צייט וואס זיי זענען דארט ארומגעגאנגען.

א אינגערמאן, א מתפלל דארט, זאגט מיר אז דער גראס איז צוגעגאנגען צו ר' שמואל זאנוויל כאטשיג צען מאל אז ער זאל זיך אפטראגן פון ביהמ"ד ווייל ער רעגט אום זייער שטארק אויף ווען ער זעהט די צוועק.

דער אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט לכבוד דעם געגעבן פאר ר' שמואל זאנוויל פופציג דאללער, אפילו ער גיט נישט געווענליך אזויפיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2008 23:22 לינק ישיר 

מ'שמועסט אז ס'איז געווען א העליקאפטער וואס האט אפגעכאפט די גאנצע זאך..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2008 23:30 לינק ישיר 

ווער איז דער יקותיאל ישעי' גראס ?  ווער איז זיין טאטע ? זיין שווער ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרב שמואל זנוויל פויגעל ארויסגעווארפן פון מוירטיל ביהמ"ד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext