פראטאקאלירער: נישט שטארבן ביז מ'וועט הייסן !
אין אן אויסערארדענטליכע צו השעה האט דער אינפארמאציע מיניסטער פון די זאלי קאמפני,
שאול פערלשטיין (פראטאקאלירער) ארויסגעבן א נייעם טאג-ארדענונג, וואס איז נוגע אלע זאלונים.
פון היינט און ווייטער זאל קיינער נישט שטארבן - ביז מ'וועט הייסן !
אט לייענט זיך דער פראטאקאל:
יעדער ווייסט וואס עס איז פארגעקימען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פ ' לבן, (ויצא) פארטאגס אין דעם עיר הנידחת קרית יואל.
וויל איך דא זאגן פאר'ן ציבור מ'זאל זיך נישט דערשרעקן מ'קען זיין פארזיכערט אז מיר וועל'ן נישט איינרוען ביז מ'וועט צירוק באקימען יעדע'ן אינטש פינעם בית החיים וואס דאס איז נכסי ציבור פין אנשי שלומינו....
אצינד האבן מיר אפגעמאכט ווי פאלגענד, וואס איז פראטאקלירט געווארן ביי קהל'ס זיצונג:
1) ביז דערווייל זאל קיינער נישט שטארב'ן אן קיין אויסנאם.
2) ס'וועט זיין א קהל'ס מיטינג היינט נאכמיטאג אין מ'וועט לאזן וויסן פארן עולם ווען מ'וועט קענען אנהייבען צוריק רואיג שטארבן.
3) דער מחוצף וואס וועט יא שטארבן, איז אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון די קהילה, און דער גראב"ד מיט די לישקע וועט אים אנרופן: קשר בוגדים!
4) קיינער זאל נישט זיין קיין אויבער חכם אין שטארבן פאר מ'לאזט וויסן!...
5) מ'זאל פארשטיין אז דאס איז זאכען וואס האט מיט'ן חוקי המדינה, אין פארשטייט זיך אליין אז מיר רעדן זיך דורך מיטן הייליגן רבי'ן זאל זיין געזינט יעדע ריר. דער רבי איז יעצט צוריקגעקומען פון די לאנגע וואקאציע אין קווינס קעמפ, און האט דארט גערעדט מיט די ליגעל טיעם, הרב הצדיק ר' יעקב בערל שליט"א, ר' שלום דייטש, ר' יוסף מרדכי כהנא, ר' פיצי פרידמאן און ר' פיצי יאקאבאוויטש. און אלעס איז פראטאקלירט געווארן.
6) נאר ווען דער רבי וועט זאגן אז מ'קען אנהייבן צוריק שטארב'ן וועט מען קענען אנהייב'ן צוריק שטארב'ן.
 |
|
|