פאר די רבבות אידן וועלכע ווייסן שוין לאנג דעם ביטערן אמת, אז די לישקע רועי בקר
הרב ישראל חיים מנשה פרידמאן
הרב זלמן לייב פילאפף
הרב שלמה לייב וויינבערגער
די פעיראלל ארבעטער פון וויליאמסבורג, מיט זייערע שותפים פון בארא פארק און מאנטרעאל, זענען מיט קיין טראפ נישט בעסער פון די אלע ציונים וועלכע פארקויפן זיך פאר אפאר גראשן...
בראש פון זייער אימפארטירן בעל מדות פון דזשערוסאלעם
האט יעצט די בעסטע באווייזען אז זייער כח הפועל בנפעל, און זייער "שוחד יעוור" מאכט דעם גרעסטן חורבן הדת, וואס הערצעל און קוק האבן נישט באוויזן!
די לישקע גיט ארויס א היתר מסירה וערכאות צו קלאגן קרימינאל אידן און אריינגיין אין ערכאות של עכו"ם, טראצדעם וואס זיי האבן קיין שום הזמנה נישט געשיקט.
ווי ס'קוקט אויס האט הרב הגאון ישראל דוד הארפענעס שליט"א ארויס געגעבן נאך א ספר.
ווייל ר' ישראל דוד האט שוין ארויס געגעבן 22 בענדער ספרים.
אין לעומת זה האט שוין ר' מנשה שוין ארויס געגעבן 22 פאקשקעווילן. אין קיין איין ספר
נשלח ב-9/12/2008 03:16
די מיינסט צי זאגען אז פאר יעדן פאשעקוויל פון פרידמאן ערשיינט א ספר פון הארפענעס?
ואנכי לא ידעתי
נשלח ב-11/12/2008 07:03
שפיצער פון קווינס ישיבה האט אוטסאורסד די היתר פאר די לישקע.
דער ראביי שפיצער האט אויסגעטיילט תשובות פאר די לומדישעבחור'לעך פון די הייליגע קווינס ישיבה זאכן וואס ער האט געטראפן אין קאמפיוטער פראגראם פון בר אילן און אוצר החכמה.
הקיצור אין די קווינס ישיבה האט מען די וואך אפירגעקראצט א פרישן היתר פון ספה"ק כנסת יחזקאל און נאך ספרים, אזעלכע היתירים וואס איז נאר גוט ווען די זאליס גייען אין קאורט - אבער ניטש פארקערט.
אויף די לישקע פרעגט נישט קיין קשיות, זיי קענען היינט די זעלבע טריקס וואס די מזרחי האט גענוצט אמאל. יעדער פאר זיין געברויך.
פורים בית דין האט יעצט ארויסגעגעבן זייער קרעפל מחאה / היתר/שמעטער / עיקול
די שאלה איז נאר צי איז דאס אויך נאר נוגע פוילישע גוים?
נשלח ב-12/12/2008 19:31
נשלח ב-12/12/2008 19:37
דער ר' מנשה האט ווייזט אויס ווייטער פארגעסן אז האט דריי וואכן צוריק געגעבן א היתר
אראפ צי נעמען א מציבה ביי פריעד פין טאהש, פליצלים פארגעסט ער דערפון
אין ער וויינט מיט קראקאדיל טרערען פין אראפ נעמען מציבות
ווער געדענקט נאך זיי ווען וואלף ב"ר דוד אהרן לאנדא חדב"נ יודל שלעזינגער האט געטשפעט די מציבה פין
אשת הרה"ח ר' בערל פר"מ, קיין פיפסט האט מען נישט געהערט פין ר' מנשה
ביי די מציבה פין פליישמאן וואס זיי האבן געטוען
פעק פאני פראד
נשלח ב-12/12/2008 19:45
אפילו זייערע מורי הוראה ווילן נישט געבן קיין היתר צו גיין אין געריכט, נאר זיי זאגן קלאר אז זיי מוזן פרובירן וואס זיי קענען. ד.מ. - עכ"פ אויב זייער פסק איז געבויעט ע"פ הלכה - אז זיי מיזן זיך שטעלן צו דין תורה.
לאמיר האפן אז די מסרבים לדין והולכי בערכאות העולמי וועלן אויסהערן די הוראה פון זייערע מורי הוראה און וועלן טון כל מה שביכלתם צו "צוריק באקומען די גזילה" און זיך שטעלן צו דין תורה אזויווי ס'שטייט אין די תורה "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם", און אזויווי די ראשי הקהילה בעטן זיך שוין קרוב צו 10 יאר.
לאמיר האפן אז דער בריוו וועט עפענען זייער אידיש הארץ און א זיי וועלן רחמנות האבן אויף זיי אליין אויף נאך די מאה ועשרים, נישט נאר דא אינעם ביה"ח, נאר אויך אויפן עולם האמת.
נשלח ב-12/12/2008 19:48
2 זאכן וואס איך קען בשום אופן נישט פארשטיין:
1) וואס איז פשט פון דעם ליגנט "לנתץ" את המציבה? איינער האט צובראכן/צושטויסן אדער אויף סיי וועלכן אופן געשענדעט די מציבה רח"ל?! סך הכל האט דער בעה"ב פונעם בית החיים גענוצט פאליציי צו ראטעווען זיינס א חפץ, וואספארא שייכות האט עס מיט די אלע מערדערליכע לשונות וואס זיי נוצן?!
דער ראש הקהל ר' יצחק ראזנבערג האט פאר זיבן יאר צוריק באקומען א בריוו פינעם ר' מנשה
אז ער גייט נישט ליגן אין קרית יואל .
זיבן יאר אריבער ס'איז געפארן א פארקרטע בריוו, ר' יצחק ראזנבערג האט געשיקט א בריוו פאר ר' מנשה וד"ל.
נשלח ב-14/12/2008 23:17
די וואך שבת איז אין ראדני געווען ממש תשעה באב, די זאליס זענען געווען צוקאנקאט זיך נישט געוואסט ווי אהין צו טאן, נאכדעם וואס דער פורים בי"ד האט זיי מודיע געווען די שרעקליכע סוד אז די בית החיים ליגט פולקאם אין די הענט פון סאטמאר אהרונים, זייי האבן זיך געריסען ביי די קעפ צווישען זיך ווער עס איז שולדיג.
שאול פערלשטיין האט נישט אריינגעטרעטען שבת אין ראדני, ווייל די זאליס ווילן אים צורייסן, שבת צופרי איז ראדני געווען פול מיט פאשקעווילען וועגן די בית החיים, אביש וויינבערגער, הערש מיילעך כהנא, און שאול פערלשטיין קינדער, זענען ארום געלאפען ווי פאר'סמטע מייז צוזאמנעמען, אבער אברהמי ברוין, מענדעלאוויטש, דער גרוש יושע שווארץ, האבן נישט געלאזט און געטיילט נאך און נאך.
די צעטעל
נשלח ב-16/12/2008 00:15
אפשר וועגן דעם לויפן זיי אין קאורט
צו קענען געבן א צוקערל פאר די קינדער כ"א כסלו... און רז"ל זאל זיך פילן גוט.